פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

מ'האמיר ב"ה אנגעהויבן א פארזעצונג פארגאנגענע וואך זונטאג, נאכדעם וואס דער ציבור האט געבעטן אז איך זאל עפענען א בלויז פארזעצונג אשכול עפען איך דעם אשכול ווי איך וועל אי"ב ארויס לייגן יעדע זונטאג א פרישע פארזעצונג.

איך האף צו לייגן יעדע זונטאג שטייטצעך אז בלי נדר, אבער איך וועל פראבירן דאס מערסטע שייך, אזוי אויך פראביר איך אז יעדע פארזעצונג זאל זיין מער ווי אפאר ווערטער מ'זאל האבן געהעריג וואס צו ליינען.

ס'איז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן.

קאמענטארן קען מען און זאל מען ווייטער שרייבן אין דעם אשכול viewtopic.php?t=63943 ביטע איבערלאזן דעם אשכול נאר פארן פארזעצונג.
לעצט פארראכטן דורך enjoy אום מאנטאג יולי 31, 2023 8:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטאל א'


"העלא?"

"יא צו וועם רעדט איך?"

"אה, א גוטן דא רעדט די מנהל פון ברוך."

"אה הרב מנהל לעבן וואס מאכט מיין ברוך?"

"א ליכטיג קינד קע"ה, ר' מרדכי איך וויל מיט דיר אויסשמועסן א נושא, ווען איז דאס בעסטע צייט ווען די קענסט אריבער קומען צו מיין אפיס דא אין חדר?"

"וואס גייט פאר?" הערט זיך מרדכיס קול גוט דערשראקן, "עפעס גייט פאר מיט מיין ברוך? די לערנען? ער האלט נישט מיט אין חדר? ער האט זיך צעאמפערט מיט איינעם? ער איז דאך אזא וואוילער איך גלייב נישט אויף אים אזאלעכע זאכן."

"ר' מרדכי קום אריבער מ'וועט אלעס דא אויסשמועסן" האקט די מנהל איבער מרדכי'ס געדאנקן, מרדכי לאזט זיך נישט ווארטן ווען עס האנדעלט זיך מיט זיינע קינדער'ס חינוך וועט ער אלעס טוהן, אפילו ס'מיינט אוועק צו גיין פונעם ארבעט אויף א שיינע וויילע, ער האט אפאר קליענטן וואס ווארטן אויף זיין רוף אבער ער וועט אנדערשט דערלייגן געלט אבער זיינע קינדער'ס חינוך איז פאר אלעם.

מרדכי בלום איז א גאר ערנסטע אינגערמאן, זיין ציל אין לעבן איז אויפצושטעלן א תורה'דיגע שטוב ער מיט'ן בני בית זענען מחנך די קינדער אויף בעסטן פארנעם שייך, ער האלט שוין פערצן יאר נאכ'ן חתונה צו גוטן, זיין ברוך גייט אי"ה בר מצווה האבן ביז געציילטע וואכן.

מרדכי אין זיינע יוגענט יארן איז נישט געווען די בעסטע בחור אין ישיבה מילד גערעדט, אויב עפעס פארקערט ער איז געווען פון די גרעסטע צרה לייט ביי זיי אין ישיבה, אבער ער איז קיינמאל נישט געווען אויף די קילערע זייט, ווי ווילד ער איז געווען און ווי נישט געהאלטן ביים לערנען ער האט, איז ער קיינמאל נישט געווען דער בחור וואס האט זיך ארום געדרייט מיט די שמעקעדיגע פיאות… ווען די רבי איז געקומען אויף א באזוך אינעם ישיבה אט דאס איז געווען אויף וואס ער האט ארויסגעקוקט, איבערדרייען איז געווען זיין פעלד… מיט דעם אלעם איז ער קיין שלעכטער נישט געווען.

די מנהלים אין מגיד שיעורים האבן אים נישט צופיל געגליכן ער האט אפט אויסגעשטאנען קריטיק פון זיי אין זיין ריכטונג, ס'האט אים נישט צופיל געשמעקט, אזוי אויך פלעגט זיין טאטע אים אסאך מוסר'ן אויף זיין אויפפירונג אבער און פאקט האט דאס ווייט פון געהאלפן, ווי מער מ'האט אים דערגאנגען די יארן אלץ מער האט ער אנגעהויבן אויפגעבן אז ער וועט נאך קענען עפעס, אז ער וועט נאך אמאל אויסוואקסן עפעס, שדכנים האבן פראבירט און נאכאמאל פראבירט אבער זיי האבן געטאפט א וואנט. נאך א יאר איז א דורך און נאך איינס זיינע חברים האבן איין קינד צוויי קינדער זיי הייבן אן אפשערן, אבער ער זיצט און ווארט אויף זיין באשערטע.

נאכן פראבירן אסאך סגולות האט אים איינער אנגעטראגן אים צו נעמען צו ר' שמעון. "איך זאג דיר דארט גייסטו געהאלפן ווערן" האט אים יענער פארזיכערט.

געזאגט און געטוהן מרדכי דערזעט זיך באטרעטן דעם ארץ ישראלדיגע באדן, ער ריכטעט זיינע טריט צום הייליגן בארג, זיינע געפילן זענען נישט פשוט ס'איז דאס ערשטע מאל וואס ער טרעט אויפ'ן הייליגן לאנד, ליידער איז עס פארכאפט ביי שמוציגע הענט אבער דאס בענקשאפט צו משיח וועקט זיך דאך אויף, אזוי מאכט ער זיין וועג פארזינקען אין זיינע געדאנקן ביז ער דעגרייכט דאס הייליג בארג מירון, ער איז זיכער אז ווען ער גייט אוועק פון דא איז ער א געהאלפענער.

ער שטופט זיך אריין אינעם מערה און פלאצט אויס אין א געוויין! ער קען זיך נישט באהערשן ער שטייט דארט און וויינט ווי א קינד וויינט צו זיין טאטע, נאך זאגן גאנץ תהילים פילט ער ווי ער האט געפוילט!

ער גייט ארויס פונעם מערה אנצוקלינגן זיינע עלטערן מבשר זיין די גוטע בשורה אז ער האט געפוילט, פליצלינג פילט ער א קלאפ אין פלייצע, ער דרייט זיך אויס ער זעט עס שטייט נעבן אים א ירושלמי מיט אלע מפרשים.

"ר' איד איך בין געווענדליך נישט די טיפ זיך אריינצומישן אין יענעם'ס געשעפטן" הייבט דער איד אן צו רעדן "איך מוז אייך זאגן איך האב אייך באטראכט פון ווען איר האט אריינגעוואקט אינעם מערה…" מרדכי דרייט זיך אומבאקוועם ער איז בכלל נישט געווען פרייליך צו הערן אז ער האט געהאט איינער וואס האט באטראכט פון אנפאנג ביזן סוף "איך בין געווארן זייער איבערגענומען פון דיר" זאגט ווייטער דער איד ווען א שווערע גרוך דערטראגט זיך פון צווישן זיינע ציין "עד כדי כך אז ס'האט מיר געקאסט טרערן, איך האב געווארט אז איר זאלט ארויס גיין פונעם מערה איך זאל אייך קענען פרעגן מיט וואס איך קען אייך העלפן?"

מרדכי ווייסט נישט וואס דער וויל פון אים ער האט זיך טאקע געווינדערט וואס די שווערע גרוך וואס ער האט געפילט אינעם מערה איז געווען… "נעע איך בין מסודר ב"ה" ענטפערט מרדכי צוריק מיט א געמאכטע רואיגקייט, "אפשר דאך" זאגט דער איד "איך מיין אייך נישט צו שטיפן צום וואנט, אבער איך שפיר אז איך קען אייך העלפן.

מרדכי טראכט ביי זיך פון איין זייט האט ער מיר נאכגעקוקט א גאנצן צייט פון ווען איך בין אריין ביז איך בין ארויס, פון די צווייטע זייט ער זאגט אז ער קען מיר פראבירן צו העלפן, אפשר טאקע לוינט מיר אים זאגן ווער איך בין און פארוואס איך בין דא, דערלייגן וועל איך נישט.

אימבאקוועם זאגט מרדכי "איך בין א אלטע בחור סגייט מיר נישט קיין שידוך, האב איך באשלאסן אז איך וועל קומען צום תנא רבי שמעון, ער וועט מיר זיכער קענען העלפן אט דאס האב איך געטוהן איך פיהל ווי איך האב געפוילט."

"אין מילים איך בין נישט קיין שדכן, אבער די קענסט מיר געבן דיין נומער מיט דיין נאמען איך וועל פראבירן צו טוהן עפעס, איך גלייב שווער ס'וועט עפעס ווערן אבער פראבירן שאדט נישט"

מרדכי טראכט וואס האט ער צו פארלירן, ער מאכט אים אבער גלייך קלאר אז ער האלט נישט ביים וואוינען אין ארץ ישראל, זיי טוישן אויס אינפארמאציע אין געזעגענען זיך מיט ווארעמע קוועטש אין די האנט, מרדכי טראכט צו זיך, מאדנע לאמיר זען צו ס'וועט עפעס ווערן פון אים, איך גלייב שווער, שוין השתדלות האב איך זיכער געטוהן יעצט לאמיר עס לאזן פארן באשעפער.

פיהל מיט אמונה און בטחון פארלאזט מרדכי דעם בארג אז דאס איז געווען זיין לעצטע סטאנציע וואס ער האט געדארפט מאכן פאר ער וועט טרעפן זיין באשערטן.

חדשים זענען אריבער זאכן האבן זיך אבער נישט געריקט, מרדכי גייט אבער אן מיט א שטארקייט וויסענדיג ביי זיך אז ער האט זיכער געפוילט.

דררררר דררררר מדרכי געט זיך א כאפ אויף פון זיינע געדאנקן ער כאפט זיין סעלפאון, ווער ריפט אים אין אזא צייט ער האט געווענדליך נישט צופיל טעלעפאן ריפן זיכער נישט אין די צייט, אן אימבאקאנטע נאמבער שפרינגט אים אנגעקן אויפן פאון, ער טראכט יא אויפהייבן נישט אויפהייבן, למעשה האט זיין נייגער איבערגעוואויגן "העלא" זאגט מרדכי "ווער איז?"

"א גוט יאר וואס מאכסטו עפעס מרדכי?" "ווער איז דעיס?" פרעגט מרדכי מיט פארדאכט, ווער קען זיין נאמען, "דאס איז שלום ניימאן" ענטפערט יענער אים צוריק מיט א געשמאקייט.

"שלום ניימאן" טרייט זיך מרדכי צו דערמאנען, "איך האב אייך געטראפן עטליכע חדשים צוריק ביי רבי שמעון"

"אה וואס מאכט איר?" הערט זיך שוין מרדכי העפליך.

"וויסן זאלסטו מרדכי, אז פונעם טאג וואס אונז האב מיר גערעדט ביסטו נישט ארויס פון מיין קאפ, איך האב געארבעט אן אויפהער צו טרעפן פאר דיר א שידוך. סאיז מיר שוין כמעט געלונגען אבער איינער שטייט מיר אין וועג."

"וואס??" שרייט מרדכי אויס מיט ווייטאג "איינער איז דא מיר צו דערביטערן די יארן? איינער מאכט זיכער אז יעדע שידוך ווערט בטל?"

"יא!" ענטפערט שלום

***
בלייב שטיין אז נישט שיס איך!

טשארלי ווערט געפרוירען פאר א סעקונדע, אבער ער כאפט זיך גלייך אויף פון זיין פארקליווערטקייט, ער טוט א מענאווערע וואס ער האט זיך געלערנט, און דער וואס איז געשטאנען קעגן אים מיטן ביקס אויסגעשטרעקט ליגט אויפן פלאר אינטער זיין אויפזיכט, מיט אמאל פילט ער א זעץ! נאך פאר וואס ווען ליגט ער אינעם אינטערשטען זיץ פון א שמוציגע קאר ווען דריי פאר פיס האלטן אים אראפ.

טשארלי האלט זיך פעסט סאיז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער טרעפט זיך אין אזא מצב, ער ווייסט וואס ער גייט טוהן, ער וועט נאר אויסווארטן ביז דאס קאר וועט קומען צו אן אפשטעל און ער וועט טוהן וואס ער האט צו טוהן.

אזוי האט ער געמיינט, ווייניג האט ער געוויסט מיט וועם ער האט יעצט אריין געביסן.

טשארלי באלאנגט צו א גרופע א מאפיענערישע באנדע, ווי ער איז דארט א מיטגליד שוין פאר די לעצטע דריי יאר, ער איז שוין נישט סתם אבי איינער דארט, ער איז שוין העכער ווי סיי וועם ער איז נישט דער פרישער וואס זיכט ווי ער קען האבן פאן… ער האט שוין דורכגעפירט מערערע אקציעס, וואס נעמט אריין דורכפירן מארדן אדער סתם א געלונגענע גניבה שטיק.

דער נאכט איז נישט געווען אנדערשט פון אלע נעכט, ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע אינאיינעם מיט אפאר פון זיינע פריינט פינעם גרופע, זיי האבן געהאפט און געהאלטן אז זיי זענען אימבאזיגבאר און ווי יעדן אג וועלן זיי אויך האבן היינט הצלחה מיט זייער ארבעט.

זייער ציל היינט נאכט איז געווען נישט קיין צווייטע ווי צו פארכאפן איינע פון זייערע קעגענער א אנדערע גרופע מאפיענערן וואס האבן לויט טשארלי און זיין גרופע אריבערגעטראטן דעם רויטן ליניע ווען איינע פון זיי האבן אריין געטרעטן אין זייער טערעטאריע אן זייער רשות, טשארלי מיט זיין גרופע האט געהאלטן מיט רעכט אז זיי מעגן יעצט פארכאפן דער יעניגער וואס האט אריבער זייער טערעטאריע אן רשות.

אבער זייערע קעגענער האבן געהאט אנדערע פלענער, זיי זענען שוין געווען איבערגעזעטיגט מיט די צרות וואס דער גרופע "אימבאזיגבאר" ווי טשארלי האט באלאנגט, האט זיי געמאכט אויף טריט און שריט.

טשארלי מיט זיין באנדע דערנעטערן זיך צום ציל, מגייט איבער די לעצטיגע ציגרייטונגען צום איבערפאל, מייקל נעמט די ווארט "איך און דזשעק וועלן אריין שטורעמען מיט הייס געווער, טשארלי מיט דזשאסיף וועלן קומען נאך אונז ווי זיי וועלן אונז פערטעקטן, דזשאן מיט טאני וועלן היטן אויף אינזער קאר אין זיכער מאכן אז קיינער איז נישט אינטער אונז".

מיט אויסגעלאשענע לייטס מאכט זייער קאר דאס וועג אריין צום פארקינג לייט, נאך עטליכע סעקונדן קריכן ארויס דערפון פיהר חברה באוואפענט ביזן ציין.

מייקל מיט דזשעק מאכן זייער וועג מיט געמאסטענע טריט צום ריכטונג פונעם אריינגאנג, ווען פון אינטער זיי פאלגט נאך טשארלי מיט דזשאסיף מיט אויסגעשטרעגטע געווער, זייער ציל איז קלאר מיט די נאכט ברילן זעען זיי אלעס וואס שפילט זיך אפ אויפן ארום, זייערע אויגן ווארפן זיך אויף אלע זייטן זיכער צו מאכן אז קיינער פאלגט זיי נישט נאך.

לייג אראפ דיין וואפן אדער איך שיס! דינערט פליצלינג אפ דעם גאנצן ארום, שמעק פון פילווער האט זיך געשפירט אין די ליפט.

טשארלי ווערט געפרוירען פאר א סעקונדע, אבער ער כאפט זיך גלייך אויף פון זיין פארקליווערטקייט, ער טוט א מענאווערע וואס ער האט זיך געלערנט, און דער וואס איז געשטאנען קעגן אים מיטן ביקס אויסגעשטרעקט ליגט אויפן פלאר אינטער זיין אויפזיכט, מיט אמאל פילט ער א זעץ! נאך פאר וואס ווען ליגט ער אינעם אינטערשטען זיץ פון א שמוציגע קאר ווען דריי פאר פיס האלטן אים אראפ.

טשארלי האלט זיך פעסט סאיז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער טרעפט זיך אין אזא מצב, ער ווייסט וואס ער גייט טוהן, ער וועט נאר אויסווארטן ביז דאס קאר וועט קומען צו אן אפשטעל און ער וועט טוהן וואס ער האט צו טוהן.

טשארלי'ס געדאנקן לויפן שנעל ער ווייסט נישט וואס סאיז געשעהן צו זיינע אנדערע חברים, האט מען זיי אויך געכאפט? איז זיי געלונגן צו אנטלויפן? ער האט נישט צופיל צייט צו טרעכטן ווען ער פילט א שארפע ווייטאג אין זיין רעכטע פיס גלייך דערנאך פילט ער א נאסקייט נעמט ארום דאס פלאץ.

מייקל הערט די קולות וואס שפילט זיך אפ ער נעמט נישט קיין שאנסן ער כאפט הענט אין פיס צום ריכטנג פון זייער קאר ווי טאני זיצט שוין ביים רעדל גרייט צו אפפליען פון ארט די לעצטע מינוט טאנצט דזשאסיף אריין אינעם קאר, ווי מיטן ווינט איז דער קאר שוין נישט אינעם געגענט.

נאך א הייסע קאווע בארואיגט זיך די באנדע, אבער א שווערע שאלה בלייבט איבער אין די ליפטן, צוויי פון זייערע מענטשן פעלן! סאיז נישט דאס ערשטע מאל וואס א אקציע געלונגט נישט, אבער אייביג וועלן די גרופע זיך האלטן צו זאמען אז אויב עפעס פאסירט זאל קיינער נישט פארלוירן גיין.

מייקל קען זיך נישט בארואיגן אז צוויי פון זיינע פריינט זענען נישטא, נאך עטליכע מינוט איז געבליבן אז ער גייט ארויסגיין צוזאמען מיט טאני אויפזיכן זייערע חברים, אנקומענדיג נענטער האבן זיי שוין געזעהן דעם חרבן וואס איז דא פארגעקומען, בלוט פלעקן האט זיך אנגעזעהן פון אלע זייטן, אבער איין פלאץ האט געכאפט זייערע אויגן דאס איז געווען א וועג אריין צום וואלד ווי זיי האבן געזעהן ווי די פלעקן גייען אינעם ריכטונג פונעם וואלד.

זיי האבן אנגעהויבן נאך וואקן די פלעקן מיט געמאסטענע טריט, זיי האבן נישט געהאלטן ביים אויפוועקן דעם קאמף פון פריש, שוין גענוג געווען פאר היינט, יעצט דארפון זיי טרעפן זייערע חברים, מייקל האט געוויסט אז ער וועט דארפן אויפקומען אויף עפעס א וועג צו איבערצייגן זיין חבר אז סאיז איינער פון זייער גרופע וואס איז זיי געקומען אויף זיכן און נישט איינער פון די קעגנערישע גרופע וואס וויל אים כאפן.

מייקל האט געמוזט אויפקומען מיט עפעס פאר זייער חבר באשלוסט צו ניצן זיין ביקס זיי אפצורוימען פון וועג, סאיז אים איינגעפאלן א געדאנק, ביי זיי אינעם גרופע איז געווען באוויסט א ווארט ווען ער וועט זאגן דעם ווארט וועט זייער חבר זיכער אראפלייגן די געוואר און ארויס קומען פון באהעלטעניש.

דזשעק זיצט צווישן די ביימער און פלאנירט א פלאן ארויס פונעם פלאנטער, ער איז שווער פארוואנדערט געווארן אינעם קאמף ער ווייזט אז אויב זעט ער זיך נישט ארויס פון דא ביז געציילטע שעות וועט ער אדער אויסבלוטן אדער וועט מען אים כאפן.

ער זיצט נעבן זיין ביקס ער האלט עס גרייט על כל צרה, ער איז גרייט צו גיין אין קאמף ביז זיין טויט ער האט עניוועי נישט וואס צו פארלירן טראכט ער צו זיך מיט ביטערניש, פליצלינג הערט ער טריט! ער כאפט זיין ביקס ער לייגט זיך אויס אויף א פעזיציע ווי ער וועט קענען שיסן אויף די אריינדרינגער ווי נאר זיי דערנעטערן זיך.

מייקל הערט שוין די שווערע אטעמען ער כאפט גלייך אויף לויטן אטעם אז דאס איז דזשעק, ער באשליסט נישט צו אים רופן ביים נאמען נאר ער וועט אנדערשט זאגן דעם ווארט, ער בייגט זיך אריין ער קען שוין הערן דאם געווער זיך שארפן אין דזשעק'ס הענט אמזגבר! שרייט ער אויס מיט א קוים הערבארע שטומע אמזגבר!!

בום! בום! בום!

א מאסע פון קוילן זענען געקומען צו פליען אין זייער ריכטונג, העלף האט זיך מייקל געהערט שרייען נאכדעם וואס ער איז באטראפן געווארן פון די פליענדע קוילן טאני האט צוביסליך אנגעהויבן באגרייפן וואס דא קומט פאר ער האט זיך אריענטירט ער כאפט אן מייקל ביים האנט ער שטאפט אים צי דאס מויל, דערנאל מיט א פלינקע באוועגאנגען שיסט ארויס פון זיין ביקס א איינשלאפס קויל אינעם ריכטונג פון דזשעק, ווי דזשעק פאלט גראד אן אנטשלאפענער, טאני ארבעט שנעל ער כאפט אן דזשעק אין איין האנט אינעם צווייטן האנט כאפט ער אן מייקל אין שפאנט ארויס דאס שנעלסטע שייך פון צווישן די געדעכטע ביימער.

א שאס האט געמאכט טאני אויפשפרינגען, נאר נישט יעצט! ווען מיינע ביידע הענט זענען פארנומען.

פארזעצונג אי"ה

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטאל ב'

טאני ווייסט זיך נישט ווי א אהין צו טוהן, דאס וואס זיי האבן געציטירט האט טאקע פאסירט אבער דא שטייט ער מיט צוויי פון זיינע פריינד פארוואנדערט, ער לויפט צו צום קאר פראבירענדיג אויסצומיידן די פליענדע קוילן וואס ווערן געריכטעט אין זייער ריכטונג, ער עפענט די טיהר פונעם אינטערשטען זיץ פונעם קאר ער שליידערט דארט אריין דזשעק מיט מייקל, יעצט אז זיין הענט איז שוין פריי כאפט ער זיין ביקס אן קוקן ווי וואס, הייבט ער אן שיסן אינעם ריכטונג פון ווי די קוילן קומען.

דער גרופע זיצט באזוך אינעם הויז, פליצלינג הערן זיי קולות פון גאס, קודם זענען זיי געווען זיכער אז דאס קומט פון זייערע חברים וואס זענען שוין אפען וועג אהיים נאכן מסדר זיין דעם פאררעטער פונעם "אימזיגבאר" גרופע וואס האבן זיך געטרייט אריין צובאקומען אין זייער הויפטקווארטיר מיט עטליכע שעה פריער, אבער מיטאמאל הערן זיי קוילן פליען, דאס איז שוין געווען צופיל פאר זיי צו בלייבן מיט די פיס ארויף, ווער איז שוין ווייטער ביי אונז אינעם בעקיארד האט זיך די גרופע געווינדערט, צו זייער שאק זעען זיי אז דאס איז נישט קיין צווייטער ווי די זעלבע גרופע "אימזיגבאר" זיי האבן ווייסט אויס באשלאסן אז זיי האבן נאכנישט פארלוירן גענוג קעמפער היינט נאכט ריפט דער פירער אויס..

געגאנגען! שרייט דער פירער אויס מיט כעס וועל מיר זיי אנלערנען איינמאל פאר אלעמאל.

דער גרופע כאפט זייערע ביקסן מיט גרעסטן מאס אימפעט אין א קריג איז אריין אין קראפט.

טשארלי ציט זיך צאם ער האט נישט ערווארטעט אז דאס זאל פאסירן, אבער צופיל צייט האט ער נישט געהאט צו טראכטן, ווען א שלאפקייט נעמט אים ארום ער זעט אלעס פארנעפעלט זיינע אויגן האבן זיך גענומען דרייען דאס לעצטע זאך וואס ער האט געשפירט איז געווען א געזונטע זעץ אויפן בויך דאן איז ער געווארן באוואסטלאז

ווען ער האט זיך אויפגעוועקט איז ער געווען ארום גענומען די אויגן מיט פארבינדענע הענט די שמערצן האבן געריסן שטיקער אן אויפהער ער האט אנגעהויבן איין זען אז ער קען פארגעסן פון זען דעם שיין פון די זון אויב כאטש דעיס, דאס וואלט נאך געווען דאס בעסטע וואס ער קען ערווארטן.

טאני איז געווען איינער אליינס קעגן א גרופע צעווילדעוועטע הינט, קוים מיט צרות האט ער באוויזן צו דערגרייכן דעם ערשטן זיץ פונעם קאר ווי ער האט זיך געזעצט ביים רעדל, אויב האט ער שוין געמיינט אז דאס איז עס האט ער אנגעהויבן צו געוואר ווערן אז ער האט געגרייזט.

ער זעצט זיך צי צום רעדל אין דריקט אראפ די געז דאס מערסטע שייך, נאר צו געוואר ווערן אז די חברה זענען א טריט פאראויס אינעם קריג, זיינע רעדער זענען שוין לאנג נישט געווען רעדער, אויב עפעס איז עס געווען צעשאסענע ראבער.

דזשאסיף מיט דזשאן זענען געווארן זייער אנגעצויגן ווען ס'איז א דורך א שטיק צייט פון ווען זיי האבן געהערט דאס לעצטע מאל פון זייערע חברים, ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס זייערע חברים גייען ארויס אויף א מיסיע אבער עפעס שלעכט'ס האט זיי פארגעזאגט.

נאך עטליכע מאל פראבירן ריפן אויף אלע מיטלען זייערע חברים, האבן זיי באשלאסן אז זיי גייען אהין גיין מאכן א זוך אקציע נאך זייערע פארשווינדענע חברים.

----

מרדכי מאכט זיינע טריט אריין צום חדר ווי ער ווענדעט זיינע טריט צום מנהל'ס אפיס, די מנהל ווארט אים אפ מיט א שמייכל אבער מרדכי האט גלייך באמערקט אז דאס שמייכל איז נישט דאס וואס ער האט ערווארטעט דער שמייכל האט אויסגעקוקט מער ארויף געקלעבט ווי עכט.

"א גוטן, שלום עליכם" נעמט אים די מנהל אויף מיט א געמאכטע העפליכקייט, איינער וואס קען דעם מנהל ווייסט אז זיינע אויגן זענען געווען אנגעפילט פיל מיט רחמנות אויף דעם אימגליקליכע טאטע, אבער וואס זאל ער טוהן אז דאס איז זיין ארבעט און ער האט נישט קיין צווייטע ברירה.

מיט א אימבאהאלטבארע שרעק פאלגט מרדכי נאך די מנהל אריין צו אים אין אפיס, די מנהל זאגט אים "מרדכי איך וויל מיר דיר דורכשמועסן א גאר סענסעטיווע נושא," גייט די מנהל גראד צו צום פינקט, "ס'איז אנגעקומען צו אונזערע אויערן אז דיין ברוך דרייט זיך מיט גאר שעדליכע חברים!" ווארפט די מנהל דעם באמבע!

"וואס?? מיין ברוך דרייט זיך מיט נישט גוטע חברים?" קען נישט מרדכי אראפ שלינגן וואס ער האט נארוואס געהערט.

"יא" זאגט די מנהל ווען אין זיין שטומע הערט זיך פיל מיט מיטלייט, "די הנהלה אינאיינעם מיט גרויסע מחנכים האבן זיך צוזאם געזעצט און באשלאסן אז פאר די הצלחה פון אונזער מוסדות מוז מיר אונז נעמען די שטרענגסטע שריט וואס איז נאר מעגליך, מ'האט באשלאסן ארויס צו לייגן אלע קינדער וואס האבן זיך געדרייט מיט די חברים פון אונזער מוסדות!!"

מרדכי פאלט ארינטער ער קען נישט גלייבן וואס ער האט יעצט געהערט! זיין ברוך אין וועם ער לייגט אריין בלוט און שווייץ אז ער זאל אויסוואקסן א ערליכע איד, וועט זיך יעצט טרעפן אן א תלמיד תורה?! "ס'קען אפילו נישט זיין! נישט מיין ברוך! ער איז אזא צדיקל ער האט נאכנישט געטשעפעט א פליג" שרייט מרדכי איז פון פארצווייפלונג

"אנטשולדיגט ס'טוט מיר זייער וויי עס צו דארפן טוהן אבער דאס האט די הנהלה באשלאסן, איך האב יעצט נאך אפאר וויכטיגע פאון קאלס צו מאכן האב מיר א גוטן טאג."

מרדכי איז געפרוירן איינע פון די מלמדים העלפן אים ארויס וואקן זיך וואקלענדיג אויף אלע זייטן און חזר'ט איבער איינמאל נאכן צווייטן נישט מיין מרדכי נישט מיין מרדכי

די ווייטאג איז געווען גרעסער פון גרויס, וואס וועל איך זאגן פאר מיין ווייב? זי וועט כאפן א הארץ אטאקע פון דאס הערן! אויף וועמענס אחריות נעמט די הנהלה אזאכע שריט ווען ער לאזט מיר ווען וויסן אפאר טאג פארדעם אז עפעס קומט פאר וואלט איך געקענט כאטשיג רעדן צו ברוך און הערן פון אים וואס די מעשה איז דא, אפשר וואלט איך אים געקענט אפילו מאכן זיך אפשאקלן פון די שלעכטע חברים, אבער יעצט זאגט מען מיר שוין לאחר המעשה.

ער האט זיך אריין געזעצט אין קאר אבער נישט געהאט די מעגליכקייט צו פארן, ער איז נאך געווען פארגליווערט פון וואס ס'האט זיך אפגעשפילט, ער האט ערענסט מורא געהאט אויף זיין ווייב'ס געזונט, ער האט טאקע געהאט פארוואס.

----

"ווער איז דא אויף א מיסיע מיר צו זען אלס בחור? פארוועם האב איך אזוי שלעכטס געטוהן אז ממש ער וויל מיר אפטוהן מיט דאס ערגסטע??" שרייט מרדכי אויס מיט צארן

שלום האט זיך געפילט אביסל אימבאקוועם צו זאגן סוף כל סוף איז ער דא סך הכל אים צו העלפן נישט צו שווערער מאכן, אבער ער האט אים עס געמוזט זאגן, "איינע פון דיינע מגיד שיעור ביי וועם די האסט געלערנט ביי די פופצן!"

"וואס?? וואס איז זיין טענה פארוואס וויל ער מיר נישט זען א חתן?" פרעגט מרדכי מיט ווידער געמישט מיט כעס.

"יעדער וואס קאלט אים מאכט ער זיכער צו זאגן אז ער האט זיך צוזאמגעליטן פון דיר ווען די האסט געלערנט ביי אים אין ער איז דיר נישט מוחל.. דאס מאכט אז די וואס טראכטן פון דיר נעמען באקומען קאלטע פיס." ענטפערט שלום מיט ווייטאג.

"איך האב מיט דעם מגיד שיעור נישט גארנישט געהאט איינגעלייגט איך האב כמעט נישט גערעדט צו אים איך האב נישט קיין אנונג וואס דער וויל פון מיר! אפשר איז דא א וועג אז מ'זאל אויסמיידן דעם מגיד שיעור?"

"גלייב מיר איך האב פראבירט איך האב מיר אפילו געטנעהט מיט אים אפאר מאל אבער ער האלט זיך נישט ביים ריקן, אבער קוק אהער איך האב געטראכט אז איך וועל רעדן צו דיר און זען אויב ס'האט עפעס א אמת אין זיינע ווערטער, אבער ווי ס'קוקט מיר אויס רעדט ער הוילע ליגנט, איך האב א שוועסטער קינד וואס איך האב געהאלטן אז זי איז גאר פאסיג פאר דיר, די פראבלעם איז אז זי איז א יתומה איר טאטע איז אוועק ווען זי איז געווען צען יאר אלט, און דאס מאכט איר גיין שווער שידוכים, ווען איך האב דיר אנגעטראגן האט זיך מיין שוועסטער גאר שטארק געפרייט אבער ווי נאר מ'האט געהערט די אינפארמאציע פונעם מגיד שיעור האט זי באקומען קאלטע פיס, איך קען אבער רעדן צו איר און לאמיר זען וואס ס'וועט ווערן."

"ש'כח ש'כח ביסט ממש א מלאך פון הימל! אן עקסטערע דאנק פארן נעמען די קאראזש און זיין אויפריכטיג מיט מיר און מיר זאגן די סיבה פארוואס סגייט מיר נישט קיין שידוכים."

"אדרבה ואדרבה ס'ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער די טרערן וואס דו האסט פארלאזט אינעם מערה פון רבי שמעון ווי איך גיי און ווי איך שטיי הער איך נישט אויף טראכטן פון דיר, לאמיר האפן איך וועל פראבירן רעדן מיט מיין שוועסטער דאס פריסטע מעגליך און ווי נאר איך האב א תשובה וועל איך דיר גלייך אנקלינגען."

די צוויי געזעגענען זיך מיט א ווארעמע ברכה צו הערן גוטע בשורות, מרדכי פון איין זייט איז ער גוט אויפגעלייגט דאס איז נישט קיין קלייניקייט ס'איז גאנץ מעגליך אז דא ליגט די ישועה אבער פון די צווייטע זייט קען ער נישט אראפשלינגען וואס ער האט געהערט פון שלום, פארוואס זאל א מגיד שיעור מיר הארגענען יעדע שידוך? ווי איז זיין ביסל מענטשליכקייט? ווי איז זיין ביסל רחמנות? ווי אזוי קען די באשעפערס בריאה זיין אזוי הארצלאז?!

וויאזוי האב איך פארגעסן?... טראכט מרדכי ביי זיך איך וועל גיין צום מיין רבי אויסשמועסן די גאנצע נושא מיט אלע פרטים אלעס וואס איך האב יעצט געהערט פון שלום, לאמיר זען וואס די רבי וועט מיר זאגן צו טוהן, דאס איז זיכער אז מיטן זיך רעגן און בלאזן אויפן מגיד שיעור וועל איך זיכער גארנישט אויפטוהן, טראכט מרדכי מיט אמונה.

מיט איידעלע קלאפס קלאפט מרדכי אן ביים רבי'ן אין שטוב.

"שלום עליכם מרדכי" נעמט דו רבי אויף מרדכי מיט א געוואלדיגע פרייד, זייט מרדכי איז אין אזא שווערע מצב איז ער געווארן גאר נאנט מיטן רבין, ווען ער שפירט ער דארף אביסל חיזוק ווענט ער זיינע טריט צום רבינ'ס שטוב ווי די רבי הערט אים אויס מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט און איז אים מחזק ער זאל קענען אנגיין ווייטער, די זעלבע איז געווען יעצט ווען מרדכי האט אנגעקלאפט ביים רבין אין שטוב, די רבי האט געוויסט אז מרדכי דארף חיזוק האט ער אים גאר ווארעם אויפגענומען.

"רבי" הערט זיך מיט מרדכי מיט א געדריקטע טאן, "איך בין געוואר געווארן ווער עס שטייט אינטער דעם אז איך בין נאכנישט קיין חתן!" דער רבי האקט אריין "איך גלייב אז די ביסט געוואר געווארן אז דער באשעפער שטייט דער אינטער, ווייל נאר ער איז דער וואס קען מאכן וואס עס זאל פאסירן."

"רבי איר זענט גערעכט אבער איך בין געוואר געווארן ווער ס'איז דאס באשעפער'ס שליח", דער רבי האט הנאה צו זען אז מרדכי'ס אמונה איז אייזן שטארק ב"ה.

"לאמיר נישט שטיין דא ביים טיהר קום אריין מ'וועט זיך געהעריג אראפ זעצן און דורכשמועסן דעם ענין מיט א רואיגקייט" זאגט די רבי פאר מרדכי, מרדכי ווארט נישט צו לאנג ער גייט אריין צום רבין אין שטוב ער ברענגט ארויס פארן רבין א הייסע טיי, "שכח ס'איז מיר א כבוד אז דו באדינסט מיר, א בחור מיט אזויפיל אמונה איז מיר א כבוד אז ער באדינט מיר" זאגט דער רבי פאר מרדכי און איין וועג'ס געלאנגט פארן רבין אים אריין צושטופן א פרישע דאזע חיזוק.

"לאמיר הערן" הייבט די רבי אן נאכדעם וואס ער זעט אז מרדכי זיצט שוין פארטראכט פאר אפאר מינוט, "ווי איך האב שוין פארציילט פארן רבין אין די פארגאנגענהייט האב איך מיר אנגעטראפן מיט א איד ביים זיין אין מירון, איך באקום פריער א פאון קאל פון אים ער זאגט מיר אז ער האט נישט פארגעסן פון מיר פונעם טאג וואס איך האב מיר באגעגענט מיט אים אבער ער האט כמעט נישט געמאכט קיין פארשריט, און דא האט ער געווארפן די באמבע אויף מיר ער זאגט מיר אז יענע און יענע מגיד שיעור ביי וועם איך האב געלערנט ביי די פופצן מאכט קאליע יעדע מאל וואס א שידוך איז שוין ווארעם צעווארפט ער עס מיטן תריץ אז איך האב אים עפעס געטוהן אלץ בחור און ער איז מיר נאכאלץ נישט מוחל!"

די רבי פארטראכט זיך פאר א מינוט דערנאך קוקט ער אריין אין מרדכי'ס אויגן "צווישן דיר און דיר ווייסטו אז די ביסט נישט שילדיג און אז סהייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה?" "יא!" ענטפערט מרדכי מיט א פעסטקייט, "אויב אזוי פארוואס זאלסטו זיין אויפגערעגט אויפן מגיד שיעור? ס'איז נישט אז די מעשה איז אמת און ער פארשפרייט עס, ס'איז הוילע ליגענט, אויב אזוי מוז זיין אז דאס איז נישט דו סיבה פארוואס די ביסט נאכנישט קיין חתן, קען זיין אז ער איז געווען דער שליח צו מאכן אז דו זאלסט א חתן ווערן שפעטער אבער ער איז נישט דער וואס קען מאכן ווען די זאלסט א חתן ווערן."

"אפשר איז די סיבה פשוט ער האט קנאה?" "קנאה?" פרעגט מרדכי מיט ווינדער "וואס איז דא מיר צו מקנה זיין??"

"מרדכי" איז אים די רבי מסביר "דו קענסט נישט וויסן וואס ס'קומט פאר ביי יענעם אינדערהיים, אפשר האט ער נישט געזונטע קינדער אפשר האט האט ער א קינד וואס איז אפגעפארן און ער קען אים נישט חתונה מאכן, דאס אלעס קען האבן אן עפעקט אויפן מענטש וואס מאכט אים טראכטן קרים, יעצט אז ער האט איינעם אויף וועם זיך אויסצוגעבן ניצט ער עס ליידער אויס."

"פארוואס עפעס פינקט אויף מיר ניצט ער עס אויס?" פרעגט מרדכי מיט ביטערניש "אט דאס האב איך דיר פריער געטרייט צו מסביר זיין דאס איז נישט אז ער האט באשלאסן דיר צו אויספייניגן ער איז סך הכל א שליח פון באשעפער, ער האט נישט אויסגעוועלט דיר, די באשעפער האט דיר אויסגעוועלט!"

"אהא, אבער וואס קען מען טוהן אז ער זאל נישט האבן א ווארט דא מער?" "יעצט אז די ביסט געוואר געווארן ווער ס'שטייט אינטער די גאנצע זאך איז א סימן פון הימל אז סאיז שוין געקומען די צייט. מרדכי איך זאג דיר אז מקרוב ממש וועט מען הערן גוטע בשורות."

"אנטשולדיגט רבי איך ווייס אז ס'איז נישט קיין דרך ארץ צו אויפהייבן דעם טעלעפאן ביים רבין אין צימער, אבער שלום קלינגט מיר יעצט אריין איך וואלט געקענט באשטיין אז די רבי זאל זיין מיט מיר ווען איך רעדט צו אים" "נו הייב אויף לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן" קוקט די רבי מיט א שמייכל אין זיין ריכטונג.

"עפעס נייעס?" שרייט כמעט מרדכי אריין אינעם טעלעפאן "יא און ניין" קומט שלום'ס אנטווארט "איך האב גערעדט צו זיי, דאס איז די גוטע נייעס אבער די נישט גוטע נייעס איז אז…"

מרדכי איז ווייס געווארן.

***

"די ביסט אין די מאפיע ביזנעס ווי מיר, דו ווייסט פינקטליך וואס עס ערווארט דיר יעצט, יא?" "יא!" ענטפערט טשארלי דערשראקן "אונז וועל מיר דיר נישט יעצט אפ'פטרן אזוי ווי די קענסט באשטיין מיט א קויל אין קאפ, ניין דיין באנדע דארף זיך לערנען איינמאל פאר אלעמאל! אונז גיי מיר דיר דא איינשפארן אין א גלאז וואס איז אזוי גרויס ווי דיר אויף די האר, מגיימיר זען ווי לאנג ס'נעמט פאר א מענטש אויסצוגיין אן אריין נעמען א זאך אין מויל! ביסט גרייט?" פרעגט דער פירער פון טשארלי דערביי אויסשיסנדיג אין א בארבאריש געלעכטער "אונז גיי מיר עס אפכאפן און עס שיקן פאר דיינע חברים" קען ער זיך נישט איינהאלטן צו צו לייגן.

טשארלי בייסט זיך די ליפן וועל איך נאך ארויסגיין פון דא א לעבעדיגער?! טראכט ער צו זיך.

פארזעצונג אי"ה

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

פארזעצונג פון פריער: מרדכי באקומט א פאון קאל פון זיין ברוך'ס מנהל ער זאל אריבערקומען, ווי ער האט אים איינגעמאלדן אז ער ווערט ארויסגעווארפן פון חדר.

טאשאלי'ס מאפיע גרופע איז ארויס אויף א מיסיע ווי טשארלי ווערט פארכאפט, זיינע צוויי חברים זענען זיי געגאנגען אויפזיכן ווי זיי ווערן ווידעראמאל פארמישט אין א געראנגל ווי זיי ווערן שטארק פארוואנדערט.

מרדכי איז געווארן א אלטע בחור, ער האט געטראפן שלום אין א"י ווי ער האט אים געזאגט אז ער וועט אים העלפן, אביסל שפעטער באקומט ער א פאון קאל פון אים אז איינער זיכט אז ער זאל נישט קענען א חתן ווערן, מרדכי גייט זיך אויסוויינען פאר זיין רבי, ווען אינמיטן קלינגט אים שלום אריין מיט שלעכטע נייעס.

יעצט ליינט ווייטער.


קאפיטל ג'

איין טאג איז א דורך, נאך איין, מ'האלט שוין ביי דריי טעג וואס טשארלי איז איינגעשפארט אינעם גלאזענעם קעסטל בשעת א קעמרא כאפט אים אפ א גאנצן צייט, ס'איז געקומען צו א פינקט ווי ער האט שוין ממש נישט געקענט ער האט אויסגעקוקט מער טויט ווי לעבעדיג אויף דעם האבן זיינע פארכאפער געווארט.

מיטאמאל שפאנען אריין א גרופע פעסטע געבויטע חברה, איינער לויפט צו מיט א אימפעט צום קעמרא מאכט זיכער אז אלעס ווערט אפגעכאפט בשעת מעשה גייט א צווייטער און עפענט שטייטעלעך אויף דעם טיהר אין ווי טשארלי איז געשטאנען, טשארלי פאלט אראפ א פאר חלשטן דער קעמרא מאן מאכט זיכער אז די ווידיאו איז געלונגען, ווי נאר ער קאנפערמיט אלעס איז פיין אפגעכאפט כאפן זיי אן טשארלי מפארבינט אים די אויגן זיי פירן אים ארויס פונעם צימער.

די וועג וויאזוי זיי האבן אים אנגעכאפט איז בכלל נישט געווען אויף א גוטע פאזיציע פאר טשארלי אבער ער איז עניוועי געווען טיף פארזינקן אין א שווערע נעפל, אנגעלאדענט אינעם קאר לאזט זיך די גרופע ארויס אויף א לאנגן רייזע.

----

מייקל כאפט זיך אויף, ווי בין איך דא ווינדערט ער זיך הויעך ער זעט אלעס ארום איז שא שטיל מ'הערט נישט קיין אטעם אינעם גאנצן ארום, איין מינוט כאפט זיך מייקל ביים קאפ די לעצטע זאך וואס איך האב געטוהן איז געווען ווען מ'האט געטרייט ארויס צו נעמען דזשעק פינעם וואלד, ער געדענקט עס גוט ווען ער האט געכאפט א קויל פון דזשעק, אבער וואס טוה מיר אונז דא? ווי איז טאני? ווי איז דזשעק?

ער טרייט צו ריקן אביסל זיין הענט אבער חוץ שמערצן פילט ער גארנישט, אבער מיטאמאל פילט ער עפעס ווארעם ער ריקט אהין ער ריקט אהער נאך עטליכע מינוט האט ער אדענטיפעצירט אז דאס איז ער דזשעק, קודם לעבט ער טראכט מייקל צו זיך אבער וויאזוי גיי מיר אונז ארויס פון דא? מייקל האט שוין געפילט אז דאס קאר זיצט מער נישט אויף רעדער נאר אויב אויף עפעס איז עס אויף ערד.

"דזשאסיף" ריפט זיך דזשאן אן, "איך מיין אז סאיז צייט צו מאכן א זוך אקציע נאך אונזערע חברים", דזשאסיף שטימט צו, זיי גרייטן זיך מיט זייערע ביקסן און אמנוציע לאזן זיי זיך ארויס אויפן וועג אויפצוזיכן זייערע פריינט.

"לעש אויס די לעקטער" ריפט דזשאן אויס פאר דזשאסיף "איך מיין אז מ'דערנענטערט זיך צום ארט, איך וויל נישט יעצט ציען אימגעווינטשענע אויגן", דזשאסיף שטימט צי מיט אנגעשטרענגעטע אויגן האבן זיי ענדליך באוויזן אנצוקומען צום ארט ווי זייערע חברים האבן זיך געדארפט געפינען.

מייקל שפירט אז א קאר דערענענטערט זיך צו זייי ער ווייסט נישט אפשר איז עס דזשאסיף מיט דזשאן אדער גאר טאני איז געגאנגען ברענגען א צווייטע קאר.

דזשאן גייט שטייטעלעך ארויס פונעם קאר מיט שטילע טריט נישט צו פארארזאכן גרידער אינעם ארום, ס'איז געווען שטאק טינקל נאך געציילטע מינוטן טאפן האט ער געפילט א קאר, ער ווייס נישט צו ס'איז א קאר עפעס פילט ער וואס איז דורכגעלעכערט פון קאפ ביז פיס, ס'איז אמאל געוועל א קאר. דזשאן טראכט מיט ביטערניש זאג מיר נישט אז מיינע חברים האבן זיך געזעגענט אויף אייביג.

פליצלינג הערט ער א ריר, ער ווייסט נישט צו ער האט יא גוט געהערט אדער נאר זיך געחלומט אבער צוויי סעקונדעס שפעטער האט נאכגעפאלגט נאכאיינס, דא איז ער שוין געווען זיכער אז איינער רירט זיך ער נייגט צו א אויער צו הערן פון ווי די קול קומט, ער הערט ווי ס'קומט פון די רעכטע זייט ביים אינטערשטן זיץ ער שלעפט זיך אהין די פענסטער איז געווען ברייט אפען ער כאפט א בליק אריין, וואס ער האט געזעהן האט שטארק אויפגעשאקלט צוויי פון זיינע חברים ליגן דארט אינגאנצן צומזקט ווען בלוט רינט פון זיי, דזשעק קוקט נישט אויס לעבעדיג אבער מייקל זעט ער לעבט.

מייקל פראבירט זיך צו באהאלטן פון די אריינדרינגער אבער ער קען נישט ער איז צו שוואך צו טוהן עפעס, דזשאן שיקט א טעקסט פאר דזשאסיף איך האב זיי געטראפן האלב לעבעדיג און האלב טויט, קום לאמיר זיי אריבער פירן צו אונזער קאר, דזשאסיף שלייכט זיך שטילערהייט ארויס פונעם קאר ער קומט נענטער הערט ער שוין ווי דזשאן מוטשעט זיך ארויס צו שלעפן מייקל.

מייקל פראבירט זיך נישט קעגן צו שטעלן, קיין צווייטע ברירה האט ער סייווי נישט ער האפט נאר אז ס'איז זיינע חברים און נישט זיינע קעגענער.

נאך געציילטע מינוט איז געלונגען פאר דזשאן ארויס צושלעפן מייקל מיט די הילף פון דזשאסיף, נאכן אים אריבער פירן אין קאר, האבן זיי צוריק צו זיכן פאר זייערע אנדערע חברים, נאך העפטיגע זיכונגען האבן זיי ארויס געשלעפט דזשעק מיט טאני, זיי האבן יעדעם אריבער געברענגט צום קאר ווי נאר יעדער איז געווען אין זייער קאר האט דזשאסיף זיך דערנענטערט מיט א מעטש און אינטער געצינדן די קאר מיט וואס טאני איז געקומען, דזשאסיף האט זיך שנעל אריין געזעצט אין קאר זיי האבן אפגעפיצט פון שטח נאך פאר די קעגנערישע גרופע האט געהאט די מעגליכקייט צו באמערקן אז דאס קאר איז אין פאלאמען.
מייקל ווייסט נישט ווי ער איז יעצט ער איז נאך צו צעמישט צו כאפן אז ער זיצט ביי זיינע חברים אין קאר, משא"כ טאני מיט דזשעק זענען אינגאנצן נישט דאהי זיי לעבן אבער זענען ווייט פון בסדר דזשאן און דזשאסיף האבן געוויסט אז אויב ווילן זיי נאך אז זייערע חברים זאלן איבערלעבן וועלן זיי מוזן ארבעטן שנעל.

נאך עטליכע שעה זיך אויסרוהן האט מייקל אנגעהויבן כאפן וואס ס'איז פארגעגאנגען, טאני האט זיך אויפגעוועקט אבער נאכאלץ נישט געווען דאהי דזשעק אבער איז געליגן אין א קאומע זיי וואלטן שוין לאנג אריין אין שפיטאל מיט אים ווען נישט זיי האבן מורא געהאט אז ס'וועט אויסריפן פארדאכטן.

מייקל האט דעציילט פאר זיינע חברים פינקטליך וואס ס'איז פארגעקומען, ווי ער האט זיך פארגעשטעלט איז דזשעק געווען אזוי אינטער דריק אז ער האט זיך פארלוירן אפילו נאכדעם וואס מייקל האט געזאגט א קאוד וואס דזשעק וואלט געדארפט גלייך כאפן אז ער איז זייעריגער.

אבער א זויערקייט שוועבט אויף זייער קעפ טאקע אז זיי האבן זיך ארויסגעראטעוועט און ביז דערווייל לעבט יעדער אבער טשארלי איז נישטא! זיי האבן נישט קיין איינונג ווי ער איז אהין געקומען, א פלאן האט זיך גענומען וועבן ביי זיי אין קאפ זיי גייען אויסגעפינען ווי ער איז.

***

מרדכי פילט ווי ער קען מער נישט, וואס גייט ער זאגן זיין ווייב?? וואס איז באמת פארגעגאנגען? אינעם ווילדסטן חלום האט ער זיך נישט געקענט פארשטעלן אז זיין זוהן וועט זיך איין טאג טרעפן אן א חדר, ס'קען פשוט נישט זיין! איך גיי אויסגעפינען וואס דא איז פארגעגאנגען מאכט ער אפ ביי זיך ס'קען נישט זיין אז פון איין טאג צום צווייטן אן דעם וואס איך זאל אפילו עפעס כאפן זאל מיין זוהן זיך אנטשעפענען מיט שלעכטע חברים אויף אזוי ווייט אז מ'זאל אים דארפן פארטרייבן פון חדר.

ער טראכט ביי זיך אז ער ווייסט וואס ער גייט טוהן מיט זיין ווייב, ער וועט איר זאגן וואס איז פארגעגאנגען אבער וועט עס גלייך אראפ שפילן מיטן זאגן אז ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל ער וועט דערגיין וואס ס'גייט באמת פאר אין צווישן וועט מען אים מוזן אריין לייגן אין א צווייטע מוסדות, איך האף זי וועט עס אננעמען טראכט מרדכי.

ברוך קומט אן אהיים פארשעמט אויפן העכסטן מדריגה ער קען עס ממש נישט אויסהאלטן, ער האט איבער און איבער געזאגט פאר זיין טאטע אז ס'איז נישט ער! ס'איז קלאר נישט ער מ'האט זיך פארמישט, ממש מיט טרערן אין די אויגן האט ער געוויינט אן אויפהער.

מרדכי איז אויסגעגאנגען פאר זיין קינד אבער וויפיל ער האט פראבירט צו רעדן צום מנהל אדער צום הנהלה האבן זיינע ווערטער געפאלן אויף טויבע אויערן, "דיין קינד קומט נישט צוריק אריין אין אונזער מוסדות" האט די אדמינעסטראטער געזאגט איבער און איבער "א קינד וואס האט זיך געדרייט מיט אזאלעכע חברים האט נישט וואס צו זיכן ביי אונז ס'וועט אראפ ברענגען אונזער מוסדות!"

"אבער ער זאגט אז ס'איז נישט געווען ער, ער האט גארנישט געהאט מיט זיי ער האט אפילו נישט געהאט די מידעסטע שייכת מיט דעי שלעכטע חברים" פראבירט מרדכי צו פארטיידיגן זיין זוהן, אבער דער אדמיניסטראטער האט געענטפערט מיט א ווייטאג "יא יא, איך קען דעי מעשות איך בין שוין א אדמיניסטראטער פאר מער פון פופצן יאר איך ווייס גוט וואס דעי חברה קענען, אז ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו זיין מיט די שלעכטע חברים האט ער אוודאי נישט קיין פראבלעם צו זאגן ליגנט."

מרדכי לייגט אראפ דעם טרייבל מיט א אויפברויז ממש אזוי צו בארעדן מיין קינד ווי למשל ער וויל מיר זאגן ליגנט ביז ווי האט מען זיך דערקייקילט היינטיגע צייטן, א קינד ממש פאר די בר מצוה מ'האט ארויף געלייגט א נאסע ליילעך אויף אים און אנשטאטס אים צו געבן די געלגענהייט זיך צו פאררעכטן אדער כאטשיג אויסהערן וואס זיין טאטע זאגט שמירט מען נאך ארויף אויף אים נאך עבירות.

ס'איז נישט אנגעקומען גרינג צו טרעפן א מוסדות פאר ברוך, ווער זאל אים ווילן אננעמען? נאך יעדע מאל איינער האט זיך נאכגעפרעגט אויף ברוך ביי די אלטע מוסדות ווי ער האט געלערענט האט מרדכי באקומען א מעלדונג פון זיי אז זיי קענען אים נישט אננעמען זיי ווילן נישט אריין נעמען אזאכע קינדער ביי זיי אין מוסדות.

מרדכי האט נישט געקענט צוקוקן ווי זיין ברוך דרייט זיך ארום אן א חדר, ווער דען דארף זיין אין א חדר אויב נישט א אינגל וואס האט בר מצוה אפאר וואכן ארום?! נאך עטליכע טעג זיך מיטשענען צו טרעפן א מוסדות האבן זיי געטראפן איין מוסדות וואס האט מסכים געווען אים אנצונעמען, זינט די מוסדות האט נישט קיין ישיבה קטנה, ער וועט שוין סייווי ארויס ביז אפאר חדשים אזוי אז ער וועט נישט זיין צו לאנג ביי זיי.

ברוך האט אנגעהויבן גיין אינעם נייעם חדר, זיין לערענען האט געפאלן מיט עטליכע דרגות זיין ווילן צו גיין אין חדר האט געפאלן צו נול, ער איז געווען אלעמאל אזא וואוילער ער האט ליב געהאט צו גיין אין חדר יעדן טאג ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער זיך געמאכט גרייט צו גיין אין חדר אז ער זאל קענען זיין אין צייט, אבער פארוואס זאל ער יעצט ווילן גיין אין חדר נאכדעם וואס "חדר" האט אים שוין פארראטן, ער דארף יעצט אנהייבן מאכן נייע חברים דאס האט נישט צו גוט אויסגעקלאפט אויף אים.

פאר די מאמע האט עס נישט צופיל געשמעקט אז איר קינד האט פליצלינג אנגעהויבן מאכן קינצן, זי האט געהאפט אז ס'וועט נאר זיין א דורכגאנג ביז ער וועט אריין גיין אין ישיבה און דארט וועט ער ווייטער בליען אזוי ווי אמאל.

אזוי האט זי געהאפט.

***

חיימ'טשע וויאזוי מ'האט אים געריפן האט פאר פרנסה געזיכט יעדע וואך א צווייטע ארבעט, זינט מ'האט אים געווארפן יעדן שבת פונעם ארבעט האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר טרעפן יעדע וואך א צווייטן ארבעט, ס'איז אים בכלל נישט אנגעקומען לייכט, אבער וואס זאל ער טוהן אז ער וויל בלייבן א ערליכע איד, אבער זיין א ערליכע איר אין אמעריקע איז נישט גרינג זייער נישט גרינג.

חיים איז אנגעקומען אין אמעריקע נאך פאר די מלחמה האט אויסגעבראכן אין יוראפ, ער איז געווען א טייל פון די אידן וואס זענען געקומען זיכן גליקן אינעם גאלדענע אמעריקע, אבער קיין גליקן האט ער נישט געטראפן, אנגעקומען האט ער אין איינע פון די שטאטן, ווי ער האט געזיכט צו אויפשטעלן זיין משפחה דא אין אמעריקע.

די נסיונות זענען געווען אימדערטרעגליך ממש ער האט געבליטיגט פאר א שטיקל ברויט זינט קיין פרנסה האט ער געהעריג נישט געהאט.

אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער זיך אנגעטראגן צו זיין א שניידער, ביי א אידישע פארבריק ער האט געהאט די פאך אין די האנט' ער איז געווען א שניידער אין דערהיים ביי זיי אין דארף האט יעדער האט געוויסט אז חיימ'טשע דער שניידער טוט די בעסטע ארבעט פון אלע שניידער'ס אינעם דארף און אזוי טאקע האט ער געהאט צו שפייזן זיין געזונדל.

געלט האט אבער אייביג גערעדט צו אינזער חיימ'טשע ער האט געהערט אז אין אמעריקע וואלגערט זיך געלט אויף די גאסן האט ער זיך גלייך אנגעהויבן אינטערעסירן וואס ס'טוט זיך דארט אינעם גאלדענעם לאנד, און וואס די מצב פון אידישקייט איז דארט, ער האט באקומען פאזעטיווע ענטפער'ס פון זיין זייט איז ער שוין געווען גרייט צו פארן מיטן נעקסטן שיף צום גאלדענעם לאנד.

דער פראבלעם איז אבער געווען אז דאס ווייב זיינע האט נישט געהאלטן אינגאנצן דערביי, זי האט געהערט אז טאקע ס'איז דא אידן דארט אבער זיי זענען ווייט פון די אידן וואס זי וויל אירע קינדער זאלן אויסזעהן, זי איז געווען א ריכטיגע אשת חיל און פארצייטישע אידענע פון אמאל, זי האט נישט געוואלט הערן פון עפעס וואס וועט מאכן אז אירע קינדער זאל אפילו פאר איינמאל אריין פאלן אין א נסיון וואס מ'ברוך נישט.

זי פון איר זייט איז געווען זייער באקוועם דא אין אונגארן ס'האט איר נישט געפעלט קיין געלט איר קינדער האבן געהאט גוטע מלמדים זי האט נישט געזעהן די סיבה פארוואס ס'פעלט בכלל אויס צו טראכטן פון אזא געדאנק.

פון די צווייטע זייט איז חיימ'טשע אויך חס ושלום נישט געווען קיין שלעכטער אבער געלט האט גערעדט צו אים מער פון אלעם, ער האט געהאלטן לויט זיין אינפארמאציע אז מ'קען אויף ציען די קינדער אויפן זעלבן דרך פינקט ווי אין אנגארן אדער נאך מער ווייל מ'קען לעבן מיט הרחבת הדעת.

נאך אהין אהער געשפרעכן יעדע נאכט ווען די קינדער זענען שוין געשלאפן האט מען באשלאסן אז מ'פארט קיין אמעריקע אבער אבער אויב זעט מען אז ס'מאכט זיך די מינדערסטע שוועריקייט אויסצופירן זייער ווינטש פון אויפציען זייער קינדער אויפן עכט ריכטיגן וועג, כאפן זיי דעם נעקסטן שיף צוריק צום שטעטל אין אנגארן, ביידע זענען געווען צופרידן, סיי חיימ'טשע וואס ער האט געהאלטן אז מ'וועט זיכער קענען מחנך זיין די קינדער דאס בעסטע שייך און ביי די זייט מאכן אסאך געלט, און סיי זיין ווייב ווייל זי איז געווען זיכער אז מ'וועט זיין צוריק אין אנגארן נאך פאר מ'פארט ארויס און אויב זי איז נישט גערעכט איז דאך זיכער גוט.

גרויסע הכנות זענען געמאכט געווארן מ'האט זיך געפאקט פעק, חיימ'טשע האט אויפגעהאנגן א צעטל אויפן זיין שניידעריי אז ווער ס'וויל נאך אריין כאפן פאר ער לאזט זיך ארויס קען יעצט ברענגען זייערע זאכן ווייל אט אט פארט ער אוועק פון דארף.

משא"כ דאס אידענע איז געווען אזוי זיכער מיט זיך אז מ'קומט צוריק דא, אז זי האט איבערגעלאזט אסאך זאכן פשט ס'איז א שאד צו שלעפן אלע פעקלעך נאר צו געוואר ווערן אז מ'דרייט זיך צוריק אויס.

די באלעטן זענען שוין געליגען גרייט אלעס האט געווארט נאר ארויס צו פארן, די לעצט מינוטיגע זאכן זענען געטוהן געווארן מ'האט אריבערגעגאנגען זיך געזעגענען פון די משפחה און גוטע פריינט, אלעס האט אויסגעקוקט גוט מ'גרייט זיך אפצופארן און א מזלדיגע שעה, די פעקלעך זענען אנגעלאדענט אויפן וואגן די משפחה כאפט נאך אריין זיך צו געזעגענען מיט זייערע נאנטסטע די קינדער נעמען זיך ארום מיט זייערע חברים ווי קינדער, אבער פינקט דעמעלטס האט עס געדארפט פאסירן.

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל ד'

"אוי וויי וואס איז געשעהן?" פרעגט חיימטשע מיט זארג.

"שרה'לע האט אראפ געפאלן" ענטפערט די רביצין מיט זארג. "איך האב מורא אז איר פיס האט זיך צעבראכן, מ'וועט מוזן גיין צום דאקטער זען אויב ער קען עס קער נעמען."

"נאר נישט יעצט נאר נישט יעצט" הערט מען א געשריי ארויס קומען פון חיימטשע'ס מויל, "מ'שטייט שוין כמעט ביים שיף, די שיף פארט ארויס אין פינקטליך א שעה ארום! אויב וועל מיר יעצט גיין צום דאקטער און פראבירן צו זען וואס מ'דארף טוהן מיט שרה'לע, גיי מיר אונז פארפאסן דעם שיף." זאגט חיימטשע פארביטערט.

"חיים איך ווייס אז די ווילסט זייער שטארק פארן קיין אמעריקע, אבער דיין טאכטער האט אראפ געפאלן זי דארף צו קומען צו באהאנדלונגען, דו ווילסט נישט לאזן דיין טאכטער זיך וואלגערן מיט יסירום ביז מ'וועט דערגרייכן די אמעריקאנע האפענס צו אויסהיילן איר פיס, אז דער באשעפער האט געמאכט אז דאס זאל פאסירן איז א סימן אז יעצט איז נישט דער צייט וואס אונז דארף מיר זיך ארויסלאזן קיין אמעריקע" איז חיימטשע'ס ווייב מסביר מיט א רואיגקייט.

איך וועל יעצט נעמען שרהלע צום דאקטער, איך מיין אז דו זאלסט גיין צום שיף און אפשטופן דעם רייזע פאר אפאר וואכן ארום ווען שרהלע'ס פיס וועט זיך ערהוילן. פירט דאס ווייב אויס.

חיימט'שע מיט א שוווערע געמוט גייט אריבער צום שיף, זיין פיס שלעפן אים קוים, ארום זיינע אויגן דרייען זיך שוין גאלד ער זעט שוין א רייכטום וואס ווארט אים אפ און דא פילצלינג איז אלעס צושטערט געווארן די לעצטע מינוט.

"אונז פאר מיר נישט מיט א פרישע שיף, פאר א האלבע יאר פון היינט", קומט דער קאלטער אנטווארט פונעם קאפיטאן. חיימט'שע ציפט זיך זיכער צומאכן אז ער לעבט, "ביסט זיכער?" פרעגט ער דעם קאפיטאן "אפשר דאך וועט זיך מאכן אז די וועסט ארויס פארן מיט א פרישע שיף? איך קען נישט יעצט גיין מיין קינד דארף באקומען מעדיצינישע באהאנדלונג, אפשר ווארטסטו אויס זעקס וואכן ביז מיין קינד ווערט אויסגעהיילט?"

"כא כא כא… דו האלסט טאקע אז איך וועל אויפהאלטן דעם שיף וועגן דיין קינד?..." וואלגערט זיך דעם קאפיטאן פאר געלעכטער, "פון מיין זייט קענסטו דא לאזן דיין קינד איך גיי מיר נישט רעכענען מיט דיר און דיין משפחה, דא פארן א פאר הונדערט מענטשן אויף דעם שיף די ווילסט איך זאל זיי אויפהאלטן א דאנק דיר? עניוועי אונז זעמער שוין שפעט, דו ווילסט ארויף קומען? אונז פאר מיר ביז געציילטע מינוטן."

"אממממ… איך קען נישט דא לאזן מיין ווייב און קינדער, אפשר וואלסטו …"

טווווווווווווווווווו טוווווווווווווווווו טווווווווווווווווו

דער פייף פונעם שיף ברעכט איבער חיימטשע'ס ווערטער, ער טרעפט זיך שטיין ביים בארטן אן קיין שיף אין זיין געגענט.

***

"ווי טראגן ענק מיר" פרעגט טשארלי מיט זיינע אויגן שוין אפען, ס'איז שוין דורך א שיינע פאר טאג פון ווען ער ליגט אין א קאר, אנפאנג ווען ער האט זיך דא אויפגעוועקט האט אים אנגעכאפט א מורא'דיגע הינגער, ער האט שוין נישט געהאט געגעסן פאר א שיינע פאר טאג ער איז געווען אויסגעדארט און אויסגעטריקענט ער איז געווען זיכער אז ער קען פארגעסן פון באקומען עפעס אין מויל.

אבער שאקט איז ער געווארן ווען ווי נאר ער האט זיך אויפגעוועקט האט א שמחה אויסגעבראכן אין קאר זיינע פארכאפער זענען געווען גאר פרייליך אז ער האט זיך אויפגעוועקט, ס'איז אים געווען גאר מאדנע, פארוואס זאלן זיינע פארכאפער וואס האבן אים אויסגעפייניגט און אויסגעהונגערט זיין אזוי פרייליך אז ער האט זיך אויפגעוועקט, אבער ווי מער ער איז געווען צוזאמען מיט זיי אין קאר האט ער געוואר געווארן אז ער ווייסט נאך ווייט פון אלעם וואס דא שפילט זיך אפ.

ער האט געהאט אזא אים קלארקייט וואס ס'גייט דא פאר, פון איין זייט האבן זיי אים אויסגעפייניגט ביזן טויט כמעט, פונעם צווייטן זייט ווי נאר ער האט זיך דערוועקט באקומט ער וואס ער בעט מ'געט אים עסן טרינקן און וואס נישט ער ווייסט נישט פון קיין צרות, עפעס האט אים אבער זייער נישט געשמעקט, פארוואס ווילן זיי אזוי שטארק אז איך זאל זיין געזונט וואס גייט זיי אן איז איך שטארב, אויב רעדט מען טאקע פון אזא געפארפולע באנדע מאפיענערן וואלטן זיי אים ערלעדיגט אויפן פלאץ און נישט אים געשטאפט מיט עסן.

געבליבן איז עס א מיסטעריע פאר אים, פאר לאנגע טעג האט מען גערייזט אינדערפרי און זיך אפגעשטעלט פאר די נאכט ביז זיי האבן דערגרייכט זייער דעסטינאציע, טשארלי האט זיך געריבן די אויגן ווי נאר זיי האבן דער קאר איז געקומען צו אן אפשטעל, אויף דעם האט ער זיך נישט געחלומט, וואס זיכט ער דא? פארוואס האבן זיי אים דא אהער געברענגט? און וואס האבן זיי מיט דעם פלאץ?

אלעס איז אים אויסגעקלארט געווארן עטליכע שעה שפעטער ווען מ'האט אים אריין גענומען פאר א שווערע אויספארשונג, זיין קאפ האט אים געשווינדעלט, וואס נאך גיי איך היינט געוואר ווערן? האט זיך טשארלי געווינדערט.

נאך עטליכע וואכן זיין דארט האבן זיינע פארכאפער אים ארויס געשיקט און אים באפרייט אבער מיט דעם אז זיי גייען האלטן א גאר נאנטע אויג אויף אים, און ווי ער ווייסט שוין היינט קען מען גארנישט באהאלטן פון זיי, אזוי האט זיך טשארלי געזעהן ווענדן זיינע טריט צוריק צום קעלער ווי זיין באנדע האט זיך אויפגעהאלטן, ווי ער איז געווען און וואס ער האט געטוהן דארט איז געבליבן א מיסטעריע.

---

מייקל איז שוין מער וויניגער ביי די כוחות און ער נעמט די זאך אין די הענט, ער גייט טרעפן טשארלי. זיין בלוט איז דא פאר נקמה אבער פאר א גאנצע נקמה! ער איז שוין א שיינע צייט אין די מאפיע ביזנעס ער קען די ארבעט גוט גאר גוט, ער האט זיך אינטערגענומען די מיסיע אלס זיין פיארעטעט זאל ער שטארבן ס'גייט אים נישט אן ער גייט דורכפירן די מיסיע ביזן סוף!

"אקעי חברה" ריפט מייקל אויס מיט זיין באסעווע שטימע "ווער וויל מיר העלפן מיט די קריג? איך ווייס אז איך גיי מיר דא אריין לייגן אין א גאר געפארפולע קריג אבער איך וועל עס אויספירן ביזן סוף!" דזשאסיף איז אויך געווען גאר נאנט מיט טשארלי ער האט זיך געהאלטן מיט אים ממש ווי ברידער, ס'האט אים אויך געפערליך געבאדערט וואס ס'איז געשעהן מיט טשארלי, "איך בין גרייט" ריפט זיך דזשאסיף אן.

"געוואלדיג" שרייט מייקל אויס מיט שמחה געמישט מיט כעס אויף טשארלי'ס פארכאפער "אונז גיי מיר זיי צומאלן ביז אונז האב מיר טשארלי מיט אונז, לאמיר גיין שלאפן פאר היינט מארגן אינדערפרי וועט מען אנהייבן וועבן די פלענער מיט פרישע כוחות."

"דיין ביקס איז אנגעלאדענט?" שרייט מייקל צו דזשאסיף "יא" ענטפערט דזשאסיף "גוט אונז דארף מיר זיין גרייט אז ווי נאר אונז זע מיר זיי ארויס קומען פון דען טיר זיי צו באפאלן, ווי נאר די זעסט זיי ארויס קומען זיך אויף קריס ער איז א שוואכער איך קען אים פון מיין היימשטאט איך ווייס אז ער וועט זיך שנעל ברעכן, לאמיר אים אנכאפן און פארשווינדן ווערן, פון מיין זייט זאל עס נישט קאסטן קיין איין קויל" זאגט מייקל צולייגענדיג "אבער ס'וועט מיר נישט באדערן עס צו ניצן אויף די געמיינע אינגען."

"איך הער עפעס ריקט זיך" מורמעלט דזשאסיף אריין פאר מייקל אין אויער זיי זענען געווען אויסשטאפירט מיט קאמיוניקאציע מאשינדלעך ווי זיי האבן געקענט רעדן איינער דעם צווייטן אפילו ווען זיי האבן זיך נישט געפינען נעבן, דאס האט מייקל איינגעקויפט פאר אנהייבן די אקציע וויסענדיג אז דאס איז גאר א וויכטיגע מיטל וואס זיי וועלן דארפן אסאך ניצן אין די יעצטיגע טעג ווען זיי זיכן אויף טשארלי, אנדערש ווי סתם אזוי וואס אזאנע זאכן זענען נישט אזוי ניצפאל פאר די מאפיע גרופעס.

"האלט א קלארע אויג און האלט דיין ביקס אנגעשפאנט אין זייער ריכטונג" ענטפערט מייקל, א שווערע קול האט דורכגעריסן דאס שטילקייט, דאס איז געקומען פון נישט קיין צווייטער ווי קריס! וויאזוי האבן זיי געוויסט האט זיך מייקל געווינדערט ווער האט אים געזאגט אז אונז ווארט מיר אויף זיי? צופיל צייט האט ער סייווי נישט געהאט צו טראכן ווייל א פולשטענדיגע קריג האט אויסגעבראכן דזשאסיף האט געשאסן מיט אימפעט ווי מייקל האט נאכגעפאלגט אבער דאס אנדערע זייט איז נישט געווען צופיל אינטערשטעליג.

נאך צען מינוט האט זיך א שטילקייט אראפ געלאזט אויפן האריזאנט,קיינער האט נישט געוויסט וויפיל עס האבן איבערגעלעבט אבער אזויפיל יא, מייקל האט זיך געציפט זיכער צו מאכן אז ער לעבט און יא ער האט טאקע געלעבט אבער האט יעדער חוץ פון אים געלעבט?

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל ה'

"וואס גייט פאר?' פרעגט די רבי מיט שרעק זעענדיג ווי מרדכי'ס פנים טוישט קאלירן, "איך ווייס נישט" ענטפערט מרדכי "אבער עפעס זאגט ער אז ס'איז דא שלעכטע נייעס", שלום הערענדיג ווי מרדכי נעמט עס נישט גוט אויף בארואיגט ער אים שנעל אז די שלעכטע נייעס איז נישט אזוי שלעכט.

"פאר איך וועל דיר זאגן, איך הער גרידער ווער איז נעבן דיר?" פרעגט שלום "איך וועל דיר זאגן די אמת, איך שטיי דא נעבן מיין רבי'ן איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן און אויפגעהויבן דעם טעלעפאון בשעתן זיין ביים רבי'ן, איך האב שטארק געוואלט אז דער רבי זאל זיין מיט מיר בשעת איך רעדט צו דיר" ענטפערט מרדכי פארשעמט.

"איך גלייב דיר נישט!!!" שרייט שלום אויס, "לאמיר דיר זאגן, די שלעכטע נייעס איז געווען אז דער צד הכלה האט זייער שטארק געוואלט באקומען א אקעי פון א רבי א רב וואס קען דיר און ער ווייסט ווער די ביסט, סכ"ס ביסטו א אלטע בחור ווער ווייסט מיט וועם די האסטעך געדרייט מיט וועלכע מינע חברים, זיי האבן געוואלט הערן פון דיין רבי וואס קען דיר אז די ביסט דאס וואס די קוקסט טאקע אויס, אזוי אויך האבן זיי געוואלט זיכער מאכן אז די מעשה וואס יענע מגיד שיעור האט פארציילט איז טאקע הוילע שקר, האב איך דיר אנגעקלינגן מיט דעם דיר צו פרעגן ווער דיין רבי איז און צו וועם איך קען שיקן די צד הכלה, איך בין געווען זיכער אז די גייסט עס אויפנעמען זייער שווער איך ווייס דאך נישט אויב די ביסט עפעס ספעציעל נאנט מיט א רבי רב, אויב נישט וואס וואלסטו געטוהן וואלסט געדארפט גיין צו א רב זיך אויסרעדן דערציילן די גאנצע מעשה ס'וואלט געווען זייער אימבאקוועם, וועגן דעם האב איך דיר געזאגט אז דאס איז די שלעכטע נייעס, אבער למעשה איז עס פינקט פארקערט."'

ביי די צייט האט שוין מרדכי געמאכט זיין טעלעפאון אויף ספיקער אז די רבי זאל אויך קענען הערן וואס עס שפילט זיך דא אויס, דער רבי ריפט זיך אן צו שלום, "ר' שלום דא רעדט דעם רבי'ן פון מרדכי איך מוז דיר זאגן אז די האסט געטראפן דעם בעסטן בחור וואס די וואלסט נאר געקענט חלומען צו ווערן גוט מיט, ער איז א בעטמטער א געשמאקער און נאכדערצו א ערליכער" שוינט נישט די רבי קיין קאמפלימענטן אין מרדכי'ס ריכטונג, "לאז מיר רעדן צום מאמע פון די מיידל" לייגט די רב צו.

"אדרבה ס'וועט זיין א כבוד פארן מאמע אז די רבי וויל רעדן צו איר" זאגט שלום, "איך וועל מיר פארבינדן מיט די מאמע איר איבערצוגעבן אלע לעצטיגע אנטוויקלונגן איך וועל צוריק ריפן דעם רבי מיט די מאמע אויף די אנדערע זייט ליין ווי נאר אונז זעמיר גרייט."

מרדכי שטייט אין דער זייט ער גלייבט נישט וואס דא שפילט זיך אפ, פינקט פריער האט דער רבי געזאגט אז די ישועה איז שוין דא און דא קוקט אויס אז דער ישועה איז שוין טאקע דא.

צוויי נעכט שפעטער איז די שידוך געווען געשלאסן!

"מזל טוב מזל טוב" שולם איז ספעציעל געקומען צו פאר פון ארץ ישראל זיך צו באטייליגן ביים שמחה, ער איז געווען ווי די טאטע פון די כלה זינט די כלה איז געווען א יתומה איז ער שלום וואס איז אויך געווען די שדכן און א פעטער געווען במקום טאטע, די שמחה איז געווען געוואלדיג מרדכי די חתן איז געפלויגן אין די זיבן הימלן זיינע חברים וואס דרייען זיך ארום מיט אפאר קינדער זענען זיך געקומען מיט פרייען מיט די גרויסע שמחה.

די חתונה איז באשטימט געווארן פאר פינף חדשים שפעטער.

ס'האט געהערשט א גאר שטארקע שמחה ביים חתונה ווי די רבי האט זיך באטייליגט ביים גאנצן חתונה די חסדים האבן ממש נישט געקענט גלייבן וואס זיי זעען, די רבי איז געווענדליך נישט אזוי לאנג אויף חתונות זיכער ווען ס'איז נישט פון איינעם פון זיין משפחה, אבער ווי זיי האבן געהערט איז מרדכי זייער נאנט געווען מיטן רבי'ן האט די רבי געפילט אז ער מוז אים קומען משמח זיין ביים שמחה.

די כלה איז געווען א חשובע מיידל וואס איז נעבעך געווען א יתומה, איר טאטע איז אוועק ווען זי איז געווען עלף יאר אלט זי איז געווען די עלטסטע קינד אין שטוב, זי האט גאר שווער אויפגענומען דאס אז איר טאטע האט זיך געזעגענט אויף אייביג, ביי די צייטן וואס איר טאטע האט געוויילט אין שפיטאל האט זי עס ממש נישט אויסגעהאלטן צו זען איר טאטע אין אזא מצב, אבער איר טאטע איז יא געווען א שטארקער אפילו ער האט געוויסט זיין מצב האט ער איר מחזק געווען אז ס'וועט זיין גוט.

איין טאג האט ער זיך אנגעהויבן נישט שפירן גוט ער האט עס איגנערירט אבער נאך עטליכע טעג האט ער געזעהן אז ס'ווערט נישט בעסער איז ער אריבער צו זיין דאקטער זיך אויסטשעקן זען אויב עפעס גייט פאר, דער דאקטער האט אים אויס געטשעקט און ס'איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן, ער האט נישט גארנישט געוואלט נעמען אויף זיך אן האבן סקענס און בלוט טעסטס, דער דאקטער האט אים אבער זייער קלאר געמאכט אז די מצב איז ווייט פון גוט, אויב ער ווייסט וואס איז גוט פאר אים זאל ער יעצט אריין גיין אין שפיטאל.

אזוי איז טאקע געווען ער איז אנגעקומען אין שפיטאל און מער איז ער פון דארט נישט אהיים לעבעדיג און ממש געציילטע וואכן האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה, ער איז אנגעקומען אין שפיטאל די שפיטאל באמטע האבן אים גלייך איינגעשטעקט אין אסאך מאשינען צו זען וואס ס'גייט פאר מיט אים און וואס זיין מצב איז, א שווארץ בילד האט זיך אויך איינפלעקט פאר זייערע אויגן זיי האבן אים געמאכט די נויטיגע טעסטס וואס האט געוויזן אז ליידער ליידט ער אויף א גאר שווערע מחלה וואס ווען מ'האלט שוין אין אזא מצב איז שוין נישטא מער צו סאך וואס צו טוהן.

די משפחה האט עס בכלל נישט אנגענומען מיט פרייליכע הערצער, זייער הארץ איז צוזאמגעפאלן הערענדיג וואס גייט פאר מיט זייער פאטער/מאן קיין צי לאנגע צייט האבן זיי סיי ווי נישט געהאט, ווי נאר די זאך איז אנגעקומען האט מען שוין כמעט געזיצן שבעה.

אזוי איז אונזער כלה אויפגעוואקסן דאס איבריגע פון איר לעבן אן א טאטע וואס זאל איר העלפן מיט אירע שוועריקייטן, אדער סתם אזוי געבן א גוט ווארט, געבליבן איז זי די רחמנות פון קלאס וואס האט געדארפט העלפן אינדערהיים מער ווי סתם א קינד וועגן זי האט נישט קיין טאטע.

געקומען זענען די יארן ווען זי האט שוין אנגעהויבן זען אז מ'וועט שוין דארפן טראכטן פון אויפשטעלן א אייגן שטוב, פארשטייט זיך אז זי האט זיך אינגאנצן פארלאזט אויף איר מאמען אז זי וועט שוין טרעפן איר באשערטן, אבער איר מאמע האט זיך נישט געקענט צוזאמקלויבן וועם זאל איך נעמען, איך וויל נישט נעמען איינעם וועם מיין מאן וואלט נישט גענומען, "אבער פון ווי זאל איך וויסן וועם מיין מאן וואלט גענומען?" האט זי זיך כסדר אויסגעדריקט איר שווערע מצב.

אזוי איז איר מיידל געווארן נאך אביסל עלטער ביז זי האט געזעהן אז מ'קען מער נישט אזוי ציען מ'וועט מוזן שלום מאכן מיט מצב ווייל אז נישט ווער ווייסט אויב זי וועט נאך טרעפן א נארמאלע שידוך? אין יענע טעג באקומט זי א קאל פון איר ברידער פון ארץ ישראל זיי האבן שוין לאנג נישט גערעדט, אינמיטן די שמועס ריפט ער זיך אן גראדע איך האב דיר געוואלט אנטראגן א שידוך פאר דיין מיידל איך זאג דיר א וואוילע בחור א צדיק.

נאכן אויסהערן אלע צדידים איז די שידוך געשלאסן געווארן!

דאס אלעס האט מרדכי'ס ווייב אים דערציילט נאכן חתונה, ער האט זיך געטראפן ווישן טרערן נאכן הערן זיין ווייב'ס ווייטאגליכע געשיכטע, ער האט אזוי רחמנות געהאט אויף איר פארן דורכגיין אזוי לעבן, אבער זיי האבן ביידע אפגעמאכט ביי זיך אז זיי האבן שוין גענוג מיט געמאכט, זייערע קינדער וועלן פון קיין צרות און פראבלעמען נישט וויסן זיי וועלן אינאיינעם אויף שטעלן א הערליכע שטוב ווי זייערע קינדער וועלן אויסוואקסן גרויסע תלמידי חכמים.

אזוי האבן זיי געקענט באשטיין, דער באשעפער האט אבער געהאט אנדערע פלענער.

יארן זענען פארביי זיי געדענקן נאך גוט ווען זיי האבן געהאט דאס ערשטע קינד דאס שמחה איז געווען עפעס נישט פשוט, מרדכי האט מתפלל געווען אז ער זאל אויסוואקסן א ערליכע איד ער זאל נאר זען אידיש נחת פון אים, טעג זענען געקומען און געגאנגען יארן האבן געלויפן, נאך א שיינע פאר קינדער האבן זיי שוין געהאט די זכיה אראפצוברענגן אויף דער וועלט, מ'האלט שוין פארן בר מצווה מאכן זייער בכור ברוך, די הכנות איז אויפן העכסטן פארנעם מרדכי האט שוין באשטעלט תפלין אפאר חדשים פארדעם, די זאל איז שוין געווען באשטעלט מיט אלע פיטשעווקעס, אבער דאן האט עס פאסירט ווען מרדכי האט באקומען דער אויבערדערמאנטע פאון קאל, זיין לעבן האט זיך דעמלטס געטוישט אויף אייביג.

שלאפלאזע נעכט איז געווארן די נארמע ביי מרדכי אינדערהיים, ער מיטן רביצן האבן נישט געקענט אראפ שלינגן וואס זייער ברוך מאכט דורך זיי האבן נישט געגלייבט אז אזאנס קען אמאל געשעהן צו זיי דער באשעפער האט זיי אבער געוויזן אז ער פירט דער וועלט.

מיט די צייט ווי מער צייט ס'איז א דורך האט זיך די מצב אנגעהויבן בארואיגן, ברוך האט געטראפן א ישיבה טאקע נישט די ישיבה וואס זיי האבן געוואלט אבער אבי אז ער דרייט זיך נישט ליידיג א גאנצן טאג, אזוי אויך האבן זיי באמערקט אז ברוך האט זיך שוין אויך אביסל בארואיגט פונעם דראמע, ער פראבירט אנציגיין ער האט שוין ליב צו גיין אין ישיבה.

טאטע מאמע האבן זיך זייער געפרייט אז זייער קינד גייט צוריק צום נארמאל מיטן האפענונג אז ס'זאל נאר האבן געווען א דורכגאנג און פון יעצט און ווייטער וועט ער נאר צוריק שטייגן, אזוי האבן זיי געמיינט זיי האבן ווייניג וואס געוויסט וואס עס שפילט זיך באמת אפ מיט ברוך, ווען זיי האבן געוואר געווארן איז שוין ליידער געווען צו שפעט.

***

"מייק" "יא" ריפט זיך מייק אן זיך דערביי אויסדרייענדיג צו דזשאו "וואס איז?" "קענסט אהער קומען דא א רגע זייער וויכטיג" זאגט דזשאו, "וואס גייט דא פאר??" שרייט מייק אויס "בארואיג דיר איך האב דיר טאקע געריפן וועגן דעם אבער איך וויל נישט עס זאל ווערן א גאנצע געראטשקע דא יעצט לאמיר עס לאזן צווישן אונז, ס'איז א גרויסע אנטעקונג איך וועל שפעטער רעדן מיטן אויבערהאר דערוועגן אבער ביז דערווייל האלט דיר דיין פיסק, לויט ווי איך פארשטיי קומט דא עפעס ערענסט פאר, אבער אונז דארף מיר זיך האלטן זייער שטיל ווייל יעדעס ווארט קען אנווערטשאפן אסאך פראבלעמען."

דזשאו האט געטוהן וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג באשטעלט א וויכטיג עמערדזשענסי זיצונג מיט זיין אויבערהאר, און אים איינגעמאלדן וואס ער האט געזעהן, ראן האט אויפגעשפרינגן! "וויאזוי האסטו דאס באמערקט? מדארף שוין זעען וואס מ'קען דא טוהן, אקעי לאמיר גיין רעדן צו די העכערע פענסטער מ'מוז זען עפעס אויסצוארבעטן מ'וועט לכאורה דארפן ארויס גיין אין א אקציע, פארשטייט זיך אז מ'וועט דארפן צו קומען צו די העכסטע פענסטער דער פרעזידענט אליין וועט עס דארפן באשטעטיגען, לאמיר קודם רעדן צו די העכערע נאכדעם וועט מען זען וואס עס בלייבט אויף אונז צו טוהן."

אויפן וועג ארויס ריפט זיך ראן אן "פארשטייט זיך אז דאס מוז בלייבן אין געהיים מאך זיכער אז קיינער האלט נישט מיט אדער ווערט געוואר דערפון", "אבער ראן" ריפט זיך דזשאו אן "איך האב שוין מיטגעטיילט די אינפארמאציע מיט מייק, איך בין זייער נאנט מיט אים ווי נאר איך האב געזעהן עפעס וואס קען זיין אינטערעסאנט האב איך עס מיטגעטיילט מיט אים, אבער זארג נישט איך האב אים אנגעווארענט אז ער מוז עס האלטן אינעם גרעסטן געהיימניס."

ראן געט זיך א צו שמייכל, "אה אז די האסט עס געזאגט פאר מייק איז גוט, איך וואלט אים סייווי אריין גענומען אינעם טיעם צו ארבעטן פארן פאריעקט זינט ער איז גאר גוט, זייט ער איז אריין געקומען דא ביי אונז אין די לעצטע פאר חדשים ווערן די העכערע פענסטער ממש איבערגענומען ווי ער מאכט אזא געוואלדיגע ארבעט."

"איך האב טאקע געהערט אז אינעם פאריגן אפטיילונג ווי ער האט געארבעט האט מען געזעהן געוואלדיגע רעזאלטאטן פון זיינע אויפדעקונגען זיי האבן אים באוויינט אז ער האט אריבער צו אונזער אפטיילונג אבער פאר אונז איז עס א ריזיגע געווינס" טוט זיך דזשאו אויף.

"זייער גוט איך האף אז ענק צוזאמען אויף א טיעם וועט מען אסאך אויפטוהן, איך דארף יעצט לויפן די טעמע וואס די האסט אויפגעברענגט איז גאר וויכטיג איך דארף גיין פרעגן וואס מ'טוט דא ווייטער, דערווייל שמועס דיר אויס מיט מייק גיי איבער אלעס וואס אונז האב מיר דא גערעדט גרייטס ענק אן פאר די ארבעט וואס וועט אונז דא אפווארטן, איך וועל זיין צוריק ביז געציילטע שעה, פיהערע נאכמיטאג זיי ביי מיין אפיס צוזאמען מיט מייק", ענדיגט ראן צי מיטן פיס אינדרויסן.

"מייק איך האב יעצט גערעדט צו אויבערהאר" הייבט דזשאו אן מיט גאנץ א אויפגעלייגטע שטומע "ער זאגט מיר אז אונז זאל מיר זיין גרייט צו זיין ביי אים אין אפיס פיהערע ער האט יעצט אריבער רעדן צו די העכערע פירער ער וועט זיין צוריק מיט א תשובה ביי יענע צייט, ער איז געווען זייער ערענסט אז דאס קען טאקע זיין א ערענסטע געפאר, ער האט מיר אנגעזאגט אז איך זאל עס פאר קיינעם נישט דערציילן, אזוי אויך זאגט ער אז אונז צוויי וועל מיר זיין אויף די טיעם צו אויספארשן די זאך און אנפירן מיט די מיסיע אויב ס'וועט אויספעלן."

די צוויי זענען אריין אין א פריינטליכע שמועס, פאר אגענטן ווי זיי איז זייער א פרייליכע זאך ווען ס'קומט אינטער עפעס עקשאן זיי ארבעטן ביטער שווער א גאנצן טאג אמאל איז עס לאנגווייליגע זאכן און אמאל איז אביסל מער אינטערעסאנט אבער רוב מאל וועט עס נישט זיין קיין מיסיע וואס קען זיך אסאך ווענדן אין זיי, אבער יעצט איז זיי אינטער געקומען עפעס אויף זיי קוקן שוין לאנג ארויף, זיי זענען געווען גאר פרייליך אז זיי וועלן זיין א חלק אינעם מיסיע.

"מ'דארף דא זען תכלית" ווערט מייק ערענסט "יא ס'איז אונז אינטער געקומען א געלעגענהייט אויף וואס אונז האב מיר זיך געלערענט א שיינע פאר יאר, אבער אויב וועט מען נישט ווייזן וואס אונז קען מיר וועט מען טרעפן אנדערע אגענטן און אפשר וועל מיר אונז זיך גאר טרעפן די אנדערע זייט טיהר, אונז דארף מיר זיך נעמען אין די האנט אריין."

"זיכער" שרייט דזשאו אויס, "גיי מיר זיך נעמען צום עבודה, לאמיר זען וואס אונז האב מיר שוין און וואס נישט, אונז דארף מיר זיך צוזאמנעמען, איך וועל ווייטער פראבירן צו אויסגעפינען מער דעטאלן, איך וועל ארבעטן אויף דעם וואס איך האב שוין אויסגעפינען און וואס די געפאר נעמט אלעס אריין אין זיך, איך מיין אז דו זאלסט זיך אריין לייגן אין א פלאן וואס מ'קען טוהן צו עס אפשטעלן."

די צוויי אגענטן האבן זיך אריין געלייגט אינעם פאריעקט אז זיי האבן נישט געזעהן ווי די צייט האט זיך געריקט, ווען די זייגער האט געקלאפט אויף 4:05 און זיי האבן זיך נאכאלץ נישט באוויזן ביי ראן'ס אפיס, איז ראן געגאנגען קוקן ווי די צוויי האבן זיך פארזומט, ער האט גרויס הנאה געהאט זיי צו טרעפן פארזינקן איבער פייל'ס פראבירענדיג צו ארויס האבן מער וואס דא קומט פאר.

מייק געט זיך ווי א וועק אויף פון זיינע געדאנקן און ער זעט ווי ראן שטייט נעבן זיי ער כאפט זיין זייגער עס שפרינגט אים אן קעגן 4:07, אוי וויי זיי האבן געשפעטיגט און יעצט איז ער זיי שוין געקומען זיכן ווער ווייסט אויב ער גייט זיי נאך אפילו לאזן זיין אויפן קעיס? טראכט ער צו זיך אינצווישן האט זיך דזשאו אויך אויפגעכאפט, ער האט אויך זיך געריבן די אויגן צו סאיז טאקע שוין 4:08.

"איך בין ממש פארווינדערט צו זען ענקער ארבעט וואס ענק לייגן אריין, ס'קוקט אויס ווי ענק זענען טאקע דערביי, יעצט קומטס אריין צו מיר אין אפיס לאמיר איבערגיין לעצטיגע אנטוויקלונגען."

נאך ווי ס'איז געווען וואס צו איבערשמועסן.

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל ו'

דזשאסיף קוקט זיך ארום זיכער צו מאכן אז אלעס איז שטיל ער הייבט אויף די קאפ ער זעט אז אלעס איז שטיל יעדער ליגט אויפן פלאר ווען בלוט רינט מ'הערט שווערע אטעם'ס פון די ארום דזשאסיף וויל נישט נעמען קיין שאנסן אפשר לעבט מייקל אבער אפשר נישט לויט ווי ס'קוקט אים אויס האט רוב עלום עס נישט איבערגעלעבט אבער מ'קען קיינמאל נישט וויסן איך וועל נאך דא ווארטן אפאר מינוט אפשר דאך וועט מייקל זיך אויפוועקן.

ווען אפאר מינוט איז דורך האט דזשאסיף בלית ברירה זיך אנגעהויבן אוועקשלייכן פונעם ארט, בלייבן קען ער נישט נאר דאס פעלט אים אויס אז איינער פון די אנדערע זייט זאל זיך אויפוועקן און זיין אז ער לעבט ער דארף אפפיצן פון דא די שנעלסטע מעגליך, ער ריקט זיך צוביסליך צו זייער קאר ער מאכט זיכער אז ער לאזט נישט ארויס קיין קול, איין מינוט כאפט ער זיך אינמיטן זיין וועג צום קאר, די שליסלעך פונעם קאר ליגט ביי מייקל! וואס טוה איך דא? פאר לאנג האט ער נישט געטראכט ווייל פליצלינג איז צו זיינע אויערן אנגעקומען א גרודער.

אטעמאטיש האט דזשאסיף געזיכט א לעכל ווי ער קען זיך באהאלטן, עפעס וואס ער האט נישט געקענט ממש טרעפן, ער פראבירט זיך אראפצולייגן פלאך אויפן פלאר אז יענער זאל אים נישט באמערקן, אבער א הויכע גרודער שאקלט אויף דעם ארום, א קאר האט זיך אנגעצינדן דזשאסיף ווערט דערציטערט דאס איז זייער קאר ער הערט קלאר ער קען דעם גרודער ווי פון חלום ארויס, אבער וויאזוי ווערט ער געוואר אויב ס'איז מייקל אדער איינער פון די קעגענער..

ער הערט ווי איינער פארעט זיך דארט ער ריקט אהין און אהער, וואס דאס האט אים געמאכט טראכטן אז ס'איז זיכער נישט מייקל, ווען ס'וואלט ווען געווען מייקל וואלט ער זיכער אפגעפיצט פון שטח נאך פאר איינער האט א שאנס זיך אויפצווועקן, אבער ער האט געגרייזט ס'איז טאקע געווען מייקל.

מייקל הייבט זיך צוביסליך אויף ער זעט ווי דזשאסיף ליגט אויפן פלאר מיט די אויגן פארמאכט ער איז געווען זיכער אז דאס איז עס, זיין קאפ האט אנגעהויבן פיבערהאפטיג טראכטן וואס ער זאל טוהן ווייטער, פון איין זייט וויל ער גאר נישט טוהן אויב האט ער נישט קיין שיתוף מיט וועם צו גיין צום טיש, און אויב דזשאסיף איז טויט קען ער יעצט אויפגעבן מיט זיינע פלענער, אבער פון די צווייטע זייט האט ער יעצט א גוטע געלעגענהייט עס ליגט דא אויסגעלייגט אויפן פלאר שווער פארוואנדערטע מיטגלידער פון זייער קעגענער אויב געלונגט אים צו פארכאפן איינעם אזוי ווי די פלאן האט געלויטעט האט זיך געלוינט ד גאנצע זאך, אבער וואס וועט ער האבן דערפון אן דזשאסיף?

ער האט זיך געוואקעלט אפאר מינוט ביז ער האט באשלאסן אז ער וועט טוהן וואס ער קען! ער האט זיך אינטער גענומען צו ראטעווענען טשארלי וועט ער עס טוהן ביזן סוף איי ווער וועט אים העלפן? דאס וועט מען שוין געוואר ווערן קודם זאל מען איינעם האבן, ער האט אפילו נישט געקוקט נאכאמאל אויף דזשאסיף'ס זייט ער איז געווען אזוי פארנומען צו כאפן איינעם וועם ער קען פארכאפן.

ער איז צוגעגאנגען צו קריס, די פלאן איז געווען אים צו פארכאפן אז ער ליגט דא סייווי באוועגלאז פארוואס זאל איך אים נישט יעצט נעמען?.. ער האט זיכער געמאכט אז ער לעבט, ער איז נישט אינטערעסירט צו נעמען א טויטע קערפער ער דארף איינער וואס זאל אים ארויס העלפן אנצוקומען צו טשארלי, דאס ערשטע זאך האט ער אים פארשטאפט די מויל, ער האט ארויס גענומען דאס וואס זיי האבן שוין געהאט אנגעגערייט נאך פאר דער קאמף האט אויסגעבראכן, א קליין איינשפריץ פלינקערהייט האט ער עס אריין געשפריצט אין קריס, ער האט געווארט אפאר מינוט ביז ער האט געוויסט אז עס האט זיכער געווירקט, און אנגעהויבן שפאנען און ריכטונג צו זיין קאר.

פאר ער האט געוואלט פארן האט ער געגעבן א קליינע בליק צום שטח ווי דזשאסיף איז געליגן פריער א טויטער, אבער ער זעט אים נישט! זיינע געדערם האבן זיך געדרייט עס מיינט אז ער לעבט, ווי איז ער? אונז מוז מיר אפציען פון דא נאך פאר איך הייב אן ציען אויפמערקזאמקייט ער האט באשלאסן צו כאפן א קליינע בליק אויפן ארום צו זען אויב ס'וועט אים געלונגן צו טרעפן דזשאסיף, ער האט גוט פארבינדן קריס און אים פארפאקט אז אויב איינער וועט יעצט ווילן אים ארויס נעמען וועט אים עס זייער שווער אנקומען.

דזשאסיף ליגט אין א ווינקל ער הערט טריט דערנענטערט זיך צו אים עס כאפט אים אן א שוואכקייט נאר דאס פעלט אים אויס, ער איז בכלל נישט אין די גיסטע צו ווערן פארכאפט ער איז גרייט צו שטארבן ווי ווערן פארכאפט אין די הענט פון זיינע שונאים, אבער ער זעט אז דאס איז נישט ווער ער האט געמיינט, דאס איז נישט קיין צווייטער ווי זיין חבר מייקל, מייקל האט אים דורכגעוואקט זעט אויס אז ער איז יא געווען גוט באהאלטן, ער האט זיך אנגעהויבן ארום ריקן מיטן האפענונג אז מייקל וועט אים הערן.

יעצט איז מיין לעצטע שאנס טראכט "בען" צו זיך אויב וועל איך נישט יעצט פראבירן צו ראטעווענען קריס וועט אפשר אונזער גרופע צוזאמפאלן, ער מוז עפעס טוהן בען איז געווען א חלק פונעם גרופע פון קריס, ער איז געווען געשטעלט צו טוהן טעכנישע ארבעט נישט אזוי ווייט די שמיציגע ארבעט, נישט אז ער האט נישט געקענט טוהן שמיציגע ארבעט אויב האט זיך אויסגעפעלט, אבער ער איז געווען מער פון די טעכנישע חלק.

ער האט אלעס מיטגעהאלטן ער האט געזעהן ווי מייקל זיכט דזשאסיף און ווי ער האט באשלאסן צו נעמען קריס, ער האט אויך געזעהן ווי ער גייט זיכן דזשאסיף ער האט אויך געזעהן ווי דזשאסיף ליגט באהאלטן, אבער ער האט טאקע אלע מיטטגעהאלטן אבער ער האט זיי נישט געקענט אפשטעלן, ער האט נישט געהאט קיין וואפן מיט זיך און חוץ פון דעם האט ער געוויסט אז די שאנסן אז ער זאל בייקומען די צוויי איז שוואך, ער קען טאקע אבער ער איז איינס אן קעגן צוויי.

ווען ער האט געזעהן ווי מייקל גייט זיכן דזשאסיף האט ער זיך פלינק אויפגעשטעלט און זיך צו געשארט צו קאר ווי קריס איז געליגן באהאלטן ער האט געטוהן וואס ער האט געטוהן און ביז געציילטע סעקונדעס האט ער געהאט אויף זיין סקירן פינקטליך וואס עס טוט זיך אפ אינעם קאר, נישט נאר דעס סאיז אפילו געלונגען איינצופלאנצן איינס אין מייקל'ס פאון! מייקל האט אין איילענישט איבערגעלאזט זיין טעלעפאן ער איז געווען זיכער מיט זיך אז יעדער איז טויט אדער איז מען נאך פארזינקן אין א טיפע שלאף, אבער דאס איז געווען א פאטאלע טעות.

ס'איז געלונגן פאר דזשאסיף צו ציען מייקל'ס אויפמערקזאמקייט, מייקל האט אים באמערקט זיי האבן צוזאמען אנגעהויבן שפאנען אינעם ריכטונג פון זייער קאר, נישט אויסטוישענדיג א ווארט נישט ווילענדיג אז אימגעווינטשענע גרודער זאל אויפוועקן איינע פון זיי.

בען האט געהערט אז זיי קומען שוין, ער האט נאך ארויף געלייגט די לעצטע טשיפ אויף קריס און ער האט אפגעצויגן פונעם ארום, נאך פאר מייקל און דזשאסיף האבן דארט דערגרייכט, אינעם קאר האט שוין מייקל אפגעאטעמט ווי ער האט אנגעהויבן דערציילן פאר דזשאסיף וועם נאך זיי האבן דא אין קאר, דזשאסיף איז נאך נישט געווען אינגאנצן דאהי אבער ער האט זיך נישט געקענט אפווינדערן פון זיין חבר'ס קאפ אויפן פלייצע, ווען מ'דארף עפעס טוהן נישט קיין חילוק אויב מ'איז אינטער דאס שווערסעטע אימשטענדן געלונג אים זיך צו האלטן זיין קאפ גראד און טוהן וואס ריכטיג.

מייקל האט געפילט א געוואלדיגע נצחון אין זיך ווי נאר די קאר האט זיך דערווייטערט האט ער אויסגעפלאצט אין א געלעכטער ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן ער האט אנגעכאפט די רעדל מיט אייזערנע קייטן ווען נישט וואלטן זיי שוין לאנג נישט געווען אויפן ראוד, ער האט זיך געפילט מורא'דיג גוט ער ריפט זיך אן פאר דזשאסיף נישט אימזינסט זעמיר אונז "אימזיגבאר!"

וואס ער האט אבער נישט געוויסט איז, אז ער רעדט נישט נאר צו דזשאסיף.


פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל ז'

חיימ'טשע איז זייער צובראכן זיין גאנצע חלום איז צובלאזן ווי א זייפן בלאז, וואס וועט ער זאגן פאר זיין חבר שייע וואס האט זיך גע'טענה'ט מיט אים אז ער גייט נישט אנקומען קיין אמעריקע, שייע האט עס געמיינט פאר א ווערטעל בעסער געזאגט ער האט נישט אויסגעהאלטן אז זיין חבר חיימ'טשע פארט זיך קיין אמעריקע ווי ער גייט שארן גאלד, און ער דארף בלייבן דא אינעם דארף ער האט אלס לצנות געמאכט פון חיימטשע'ס חלומות אנצוקומען קיין אמעריקע וויסענדיג אז פאר אים איז עס נישט קיין אפציע, זיין רביצן האט אים שוין קלאר געמאכט אז אויב וויל ער פארן וועט ער מוזן טרעפן א צווייטע ווייב… ווייל זי פארט נישט קיין אמעריקע.

חיימ'טשע האט נישט אויסגעהאלטן אז שייע איז נאכאמאל גערעכט, וואס זאל ער אבער טוהן אז זיין מזל האט אים דאס מאל נישט געשיינט זיין שרה'לע האט זיך צעבארכן די פיס און אים אריין געלייגט אין פעקל, ווער זאגט אז זיין רביצין וועט נאך אפילו ווילן פארן נאכן ערשטן דורכפאל אפשר וועט זי באשליסן אז ס'איז איר גוט דא, דאס איז עפעס וואס חיימ'טשע האט נישט געוואלט אפילו אויפברענגן אין געדאנק, אבער דאס מציאות האט געפאטשט אין פנים.

מיט א פארזויערט געזיכט מאכט ער זיין וועג אהיים ווי זיין ווייב מיט אלע קינדער זענען שוין געשטאנען און זיך געהאלטן אינמיטן צוריק אויספאקן, זיין שרה'לע האט ער געזעהן זיצן מיט א פארבינדענע פיס, וואס דאס האט אנגעדייטעט אז זי האט זיך טאקע צעבראכן די פיס, זיין ווייב איז געווען א קליג פרוי זי האט געוויסט אז יעצט טאר מען אים נישט באדערן האט זי אים אפגעלאזט און טאקע נישט גערעדט צו אים.

מיט א געבויגן ריקן איז ער געגאנגען דאווענען מנחה, ער האט געוואקט מיטן קאפ אויף אראפ ער האט געהאפט אז קיינער וועט אים נישט באמערקן, נאר דאס האט אים אויסגעפעלט אז די גאנצע שטאט זאל געוואר ווערן אז ער האט למעשה געמוזט בלייבן אינעם דארף און ער האט נישט געפארן צום גאלדענע לאנד, זיינע מחשובות האבן א גאנצן צייט געוואנדערט ער האט נישט אויפגעהערט טראכטן וואס ער פארפאסט יעצט מיטן בלייבן אינעם דארף, די שיף פארט אויפן וואסער ער וואלט יעצט געווען אויפן דעק אריין צו אטעמען פרישע ליפט זיין ווייב וואלט געשמועסט מיט אים דארט, ער וואלט געקענט רעדן מיט א רואיגקייט וואס מ'וועט טוהן אינעם נייעם לאנד, אבער דא איז ער נעבעך אינעם דארף מיט א קינד מיט א צעבראכענע פיס.

"חיימ'טשע" הערט ער שוין שייע'ס שטומע "וואס זיכסטו דא?? איך בין געווען זיכער אז מער וועל מיר אונז זיך שוין נישט זען, ווי איז דיין גאלד האסט מיר עפעס אהיים געברענגט? צימבעלט ער חיימ'טשע, "ווי אזוי איז געווען די רייזע פרעגט ער ווייטער האסט געהאט קפיצות הדרך?..."

חיימ'טשע האט געהאפט אז דער ערד וועט אים איינשלינגן אבער דאס ערד האט נישט געהאלטן ביים קאאפערירן מיט חיימטשע'ס געשמאקייטן ער האט זיך געהאלטן פעסט און זיך נישט גערירט פון פלאץ, חיימ'טשע האט נישט געהאט קיין ברירה נאר אפציען פון שטח ווען ער הערט נאך ווי שייע שרייט אים נאך מיט נאך שפעט ווערטער.

ער האט געפילט ווי ער קען מער נישט, נישט גענוג ער איז נישט אנגעקומען קיין אמעריקע וועט ער דארפן ליידן פארן נישט גיין, ער האט באשלאסן אז קיין צווייטע ברירה האט ער סיייווי נישט יעדער וואס וועט אים פרעגן אנשטאטסן אנטלויפן זיך באהאלטן וועט ער זאגן די אמת, ער וועט סייווי מוזן זיין דא פאר נאך א האלבע יאר זיכער, ער קען נישט אוועקלויפן פון די מענטשהייט פאר א האלבע יאר און א צו.

אפאר חדשים איז אריבער חיימ'שטע האט קוים געווארט צו קענען ארויף ברענגען נאכאמאל דעם געדאנק פון פארן קיין אמעריקע אויפן אויבערפלאך, ער האט זיך איינגעהאלטן ביז אבער ווייל ער האט נישט געוואלט פאר סתם אנהייצן די געמיטער ער האט נישט געקענט הערן די ניין פון זיין ווייב, און דאס איז געווען עפעס פון וואס ער האט געציטערט אז ס'וועט קומען ווי נאר די נושא וועט זיין צוריק אויפן טיש.

אבער די צייט האט זיך געריקט זיין שרה'לע איז שוין כמעט צוריק ווי אמאל זי שלעפט זיך נאך אביסל אבער דאס איבריגע איז זי אקעי, אבער דער עיקר איז אז ער האט היינט געהערט אז א פרישע שיף וועט ארויס פארן און אפאר וואכן ארום צום גאלדענע אמעריקע, ער וויל אזוי שטארק פארן, זיין ערווארטונגען זענען גראדע נישט צום אפטעמיסטישע זייט ער איז גאנץ זיכער אז זיין ווייב וועט האבן א תירץ עס צו פארשלעפן.

ווען די נאכט איז צו געפאלן האט ער זיך אראפ געזעצט מיט זיין ווייב ביים טיש, אויף זיין ווייב'ס געזיכט האט ער שוין אנגעזעהן אז זי ווייסט וואס ס'קומט איך האב היינט געהערט הייבט חיימ'טשע אן אז א פרישע שי… איך בין מסכים, האקט זיין ווייב אריין נאך פאר ער האט געהאט אפילו א שאנס צו ענדיגן דעם זאץ, עכט?? פרעגט חיימ'טשע נישט ביי זיך ער האט נישט גע'חולמט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן און נאך פאר ער האט אפילו געבעטן, ער האט זיך נישט איבערגעקומען, "רביצין טייערער הייבט ער אויף פארווינדערטע אויגן אנגעפילט מיט שמחה, פארוואס האסטו באשלאסן צו פארן און נאך זאגן מיט א ברייטע יא נאך פאר איך פרעג, אויב געדענק איך גוט איז דיר עס אנגעקומען זייער שווער פארגאנגענע מאל ווען איך האב דיר געבעטן און דא פליצלינג ביסטו מסכים?."

"ביסט גערעכט אז פארגאנגענע מאל האב איך פון אנפאנג געקווענקילט אבער אזוי ווי איך האב געזעהן די לעצטע האלבע יאר ווי ס'גייט דיר ממש צו צום הארץ, האסט מיר עס טאקע נישט געזאגט אבער איך האב געקענט ליינען דיין הארץ וואס האט געשריגן ווייטאג, האב איך באשלאסן אז ס'וועט זיין בעסער ווען אונז וועל מיר זיך געפינען אויף א פלאץ ווי די וועסט זיין רואיג און צופרידן ווי די וועסט קענען זיין א טאטע פאר אונזערע קינדער און נישט ווי יעצט ווען די האסט זיי קוים אנגעקוקט, אבער לייגט זי צי אלעס וואס אונז האב מיר זיך אויסגענומען פארן ווילן פארן דאס ערשטע מאל נעם איך מיר יעצט אויך אויס דא, אויב זעט מען אז דארט איז נישט דאס פלאץ ווי אונז קען מיר אויפציען אונזערע קינדער הייב מיר זיך אויף און קומען צוריק, נאר מיט דעם בין איך מסכים צו פארן."

"אוודאי" ענטפערט חיימ'טשע אויף די תנאים צו זיין ווייב, "זיכער וועל מיר אונז בלייבן נאר אויב אונזערע קינדער קענען ווערן דארט אויפגעצויגן ווי אידן", מיט א שמייכל פון אויער צו אויער האט זיך חיימ'טשע געלייגט שלאפן ער האט קוים געקענט ווארטן צו קויפן פרישע בילעטן, ער האט זיך אריין געלייגט אין בעט, פאר זיינע אויגן האט ער געזעהן שטיקער גאלד זיך דרייען אינטער זיין פיס, ער האט זיך געזעהן האבן א מעכטיגע פאלאץ מיט פילע באדינער וואס באדינען אים מיט געטריישאפט דאס איז נאר געווען א שפיי פון וואס ער גייט אלס פארמאגן און מיט דעם איז ער אנטשלאפן געווארן.

דער קומענדיגער טאג לויפט ער מיט א אימפעט צום פארט ווי ער האט זיך איינגעקויפט די פרישע בילעטן וואס גייט אים און זיין משפחה רייך מאכן לעולם ועד, יעצט האט ער זיך אביסל מער איינגעהאלטן ער האט זיך נישט ארום געדרייט אין די גאס דערציילן פאר יעדעם אז ער פארט קיין אמעריקע, סאיז אים נאך געליגן די ביטערע טעם אין מויל פונעם פארגאנגענע מאל ווען ער האט זיך געטראפן די חוזק פון דארף, אבער ווי נישט ווי האט ער פארציילט פאר זיינע גאר נאנטע פריינט און אזוי האט זיך עס פארשפרייט פארן דארף פון מויל צו אויער.

דער טאג האט דערגרייכט און אזוי ווי דער פארגאנגענע מאל האט ער זיך געזעגענט פון זיינע גוטע פריינט און משפחה, ער האט זיך געטראפן טאנצן מיט זיינע טריט צום שיף, חיימ'טשע גייט פון פארענט ווען פון אינטער אים גייט זיין ווייב מיטן גאנצן געזונדל יעדער שלעפט זיך מיט פעק און זעק ארויף אויפן שיף! מ'קומט אן ביים שיף מ'געט איבער די בילעטן און איינס ביי איינס טרעטן זיי ארויף אויפן וואקלדיגע שיף.

חיימ'טשע ציפט זיך זיכער צו מאכן אז ער איז טאקע דא אויפן שיף ער קען עס נישט גלייבן אז די טאג איז אנגעקומען ער מאכט זיך באקוועם אינאיינעם מיט זיין פאמיליע אויפן גרויסן שיף.

טווווווווווו טווווווווווווווו טוווווווווווווו

דער שיף לאזט זיך נאכאמאל ארויס אבער דאס מאל מיטנעמענדיג מיט זיך חיימ'טשע, וואס קיין גליקליכער'ס פון אים איז נישט פארהאן איבערן ים פארן זיינע חלומות ווייט ווייט.

וועט ער טאקע אזוי מצליח זיין אדער איז עס הוילע דמיונות?..

***

ברוך איז אריין אין א ישיבה אין אנהויב איז ער געווען פארלוירן ער האט זיך געטראפן מיט ווילד פרעמדע בחורים ארום גענומען פון אלע זייטן זיין קאפ איז אים נישט געשטאנען גראד ער הייבט נישט אן צו קענען כאטשיג איינעם, אבער וואס זאל ער טוהן ער בענקט זיך צוריק צו זיינע אלטע חברים פון חדר אבער מ'האט אים געווארפן פון דארט אן קיין מעגליכקייט צוריק האט ער נישט קיין ברירה נאר גיין אין ישיבות וואס די פנימ'ער זענען ווילד פרעמד פאר אים.

אריין שפאצירענדיג דעם ערשטן טאג אין ישיבה אן האבן קיינעם מיט זיך האט זיינע אויגן געפאלן אויפן ערשטל צעטל אויפן וואנט וואס האט איינגעמאלדן א געוויסע מעלדונג ער האט סייווי נישט געהאט מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט אז א אימאינטערסאנטע צעטל האט געצויגן זיין אינטערעסע, אבער מיטאמאל פילט ער א קלאפ אין פלייצע, ער האט זיך שטייטערהייט אויסגעדרייט ווער קלאפט מיר אין פלייצע מסתם האט איינער געמאכט א טעות ער האט זיך פארמישט מיט איינעם טראכט ער צו זיך.

"שלום עליכם איך הייס יענקי וויאזוי הייסטו?" "ברוך" ענטפערט ברוך שטילער פון שטיל "אה, ברוך אזא שיינע נאמען ווי האסטו געלערנט אין חדר?" אינטערעסירט זיך יענקי, נאך אפאר מינוט האט זיך ברוך געבראכן זיין שעמעדיגקייט און אריין אין א שמועס מיט יענקי, די צוויי האבן זייער הנאה געהאט צו רעדן איינער מיטן צווייטן, ברוך איז געווען אויסער זיך פאר שמחה אז איינער האט זיך געזארגט פאר אים און אים צוגעקומען געבן שלום עליכם נישט נאר דאס נאר זיך אריין געלאזט אין א שמועס מיט אים.

ברוך נאכן נישט האבן שוין קיין חברים פאר די לעצטע שטיק צייט זינט ער איז ארויס פון חדר האט עס אריין געבלאזן חיות ער האט געפילט ווי איינער דארף אים נאך, נאכדערצו ווען ער האט זייער הנאה געהאט צו שמועסן מיט אים, די שמועס האט געהאט אלע טעמים, ער וועסט עס נישט ווי אנצוכאפן אבער ער האט געפילט אז יענקי איז א חברותא מיט אים ער האט נאר געהאפט אז יענקי וועט ווילן בלייבן ווייטער גוט מיט אים און נישט אז ער האט אים נאר געוואלט געבן דאס גוטע געפיל דעם ערשטן טאג וואס ער איז דא.

ברוך איז אנגעקומען אהיים יענע טאג גוט אויפגעלייגט ווען זיין מאמע האט אים געפרעגט ווי אזוי די נייע ישיבה גייט האט ער געענטפערט פאזעטיוו וועגן ס'איז טאקע גוט געגאנגען ער האט באקומען א חבר, עפעס וואס ער האט שוין לאנג נישט געהאט ער האט דערציילט פאר זיין מאמע אז ער האט חברים דארט און נאך בעסערע וואס ער האט געהאט אין זיין אלטע מוסדות, זיין מאמע האט זיך גאר שטארק געפרייט צו הערן אז מ'גייט צום בעסערונג ס'האט איר אבער נאך גאנץ שטארק געבאדערט ווען זי האט אריין געטראכט ווער די חברים דארט זענען נישט פון קיין שטובער אזוי ווי זייער שטוב ווייל אין אזא ישיבה האט מען נישט געוואלט אננעמען איר זוהן האט ער בלית ברירה געמוזט אריינגיין אין א שוואכערע סארט ישיבה וואס קומען פון שוואכערע שטובער, ווען זי האט געהערט אז ער האט חברים האט איר עס געבאדערט פון איין זייט אבער פון די צווייטע זייט האט זיך געפרייט פאר איר זוהן און געהאפט פארן בעסטן.

אזוי האט ברוך זיך איינגעגלידערט אינעם נייעם ישיבה ווען ער האט צו זיין זייט א גאר נאנטע חבר יענקי, זיי זענען געווארן זייער נאנטע חברים, ווי זיי האבן פארברענגט צוזאמען געשמועסט צוזאמען אויך געלערענט צוזאמען, אבער מיט די צייט האבן זיי אנגעפאנגען צו טוהן נאך זאכן צוזאמען, זאכן וואס זיי האבן נישט אויסגעזאגט זייערע עלטערן אז זיי טוען זאכן וואס איז נישט געמאכט פאר א בחור צו טוהן.

ווען מהאט שוין געהאלטן טיף אינמיטן דעם צווייטן זמן זענען זיי שוין געווען ווייט פארפארן, ברוך האט אבער זייער זיך געהיטן אז זיין טאטע און מאמע זאלן נישט געוואר ווערן אז ער דרייט זיך אויף אזעלכע פלעצער און מיט די סארט חברים, ער האט נאך גוט געדענקט ווען זיין מאמע האט שיער נישט געכאפט א הארץ אטאקע ווען מ'האט אים אהיים געשיקט פון חדר אויך וועגן די סיבה ווייל ער דרייט זיך מיט שלעכטע חברים וואס דאן איז געווען הוילע שקר, אז ביי שקר האט זיין מאמע געמיינט אז איר זוהן איז דערנאך און ער דרייט זיך מיט שלעכעטע חברים איז זיכער ווען ער דרייט זיך טאקע מיט שלעכטע חברים וועט זי עס נישט אויסהאלטן.

אבער דאס הארץ האט אים געצויגן אהין ער איז געווען אנגעווייטאגט אויף זיין אלטע מנהלים און מחנכים פארן אים ארויסווארפן ער האט זיך שוין ענדליך געפרייט אז ער האט א גוטע חבר, ער האט אים נישט געקענט זיין זיך אפלאזן פון אים וואס דאס האט געמיינט מיט גיין מיט אים און מיט אלע זיינע שטיקס וואס זענען נישט געווען אויסגעהאלטן זיכער נישט פאר א בחור, אבער ער דארף א חבר האט ער זיך כסדר פארענטפערט ווען א שילד געפיל איז אים געקומען נאגן, און מיט אלע תרצים איז גאר גערעכט ווייל יעדער איז שילדיג פארוואס ער איז יעצט דא און אז ער האט בכלל אזא חבר.

אזוי זענען טעג א דורך ווען ברוך מיט זיין חבר יענקי טוהן וואס זייער הארץ באגערט, ברוך האט געפילט א מוראדיגע קשר מיט יענקי, אפילו ווען יענקי האט אים געמאלדן אז ער פארלאזט די פיהר ווענט פון ישיבה זיך אויסדריקענדיג אז דאס פלאץ איז שוין נישט פאר אים האט ברוך זיך נישט געקענט זען אים אפלאזן, ברוך האט געוויסט אז ער קען נישט ארויס גיין פון ישיבה זיין מאמע'ס הייקעלע הארץ וואלט עס זיכער נישט געקענט פארנעמען אז ער קען שוין נישט זיין מיט יענקי אין ישיבה האט ער זיך אנגעהויבן דרייען מיט אים מער אינדרויסן פון ישיבה פלעצער ווי יענקי האט זיך געדרייט.

----

"יענקי וואס טוט זיך?" פרעגט ברוך מיט פרייד נאכן נישט זען זיין חבר פאר א שיינע פאר טעג, "צאפ?" פרעגט יענקי צוריק מיט א מאדענעזירטע לשון, "איך בין געווען אויף א טריפ" זאגט ווייטער יענקי, "דו האסט נישט קיין איינונג וויפיל פאן איך האב געהאט! די קענסט תלי וואס קומט אסאך מאל מיט אונז, יא?"

"יא" ענטפערט בורך מיט אביסל פאראיבל סכ"ס איז דער תלי אן אויסווארף וואס איז נישט זיינס גלייכן.

"וואס איז מיט דיר?" פרעגט יענקי "תלי איז פון אונזער קראו ווערעווער איך בין געווען מיט אים ער האט מיר מיטגעשלעפט מיט א סאליד קראו, דו האסט נישט קיין איינונג וואס מיינט פאן! מ'האט געהאקט א לעבן, אונז זעמיר געווען ביים וואסער ביים ביטש דו האסט נישט קיין איינונג וואס דארט טוט זיך, סאיז געפאקט! אונז האב מיר זיך געטראפן מיט א פויער, ער איז עכט נישט קיין פויער אבער ער שפילט פויער ער איז פון די גרעסטע דארג פארקויפער, ער האט אונז פארקויפט פון די סחורה, דו האסט נישט קיין איינונג וואס געשמאק מיינט! דו וועסט איינמאל קאסטן פון די ריכטיגע און וועסט וויסן וואס געשמאק מיינט."

יענקי האט אויפגעמערקט די אינטערעסאנטע באוועגונגען וואס ברוך האט געמאכט מיט זיין קאפ מיט עקל, אבער יענקי האט נישט אויפגעגעבן, "ברוך די מיזט עס קאסטן! איך האב דא אביסל קום דא אין די קראנער איך וועל דיר געבן פון די ריכטיגע, איך זאג דיר נאכדעם וואס דו וועסט קאסטן פון דעם וועסטו זיין א אנדערע מענטש."

יא, ניין? ברוך וואקעלט זיך פון איין זייט וואלט זיין מאמע גע'חלש'ט אויפן פלאץ צו הערן אז איר זוהן האט געטאטשט אזאנע זאכן אבער פון די אנדערע זייט יענקי ווייסט וואס ער רעדט, ער גייט נישט אריינדרייען זיין בעסטע חבר אין א פעקל וואס ער ווייסט איז נישט גוט.

ער האט זיך געוואקעלט פאר א מינוט אבער ער האט שנעל געמאכט זיין החלטה פאר ער האט חרטה.

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל ח'

"יענקי" ריפט זיך ברוך אן מיט א שטייפקייט, "איך בין נאכנישט גרייט דעראויף!" דאס איז געקומען פון ברוך ווי מיט נישט זיין שטימע ס'איז אפילו נישט געווען ער, ער קען אפילו נישט זאגן ניין אויף עפעס וואס זיין איינציגעסטע און בעסטע חבר יענקי האט אים עפעס אנגעטראגן, אבער ס'איז נישט געווען ער וואס האט געמאכט די באשלוס ס'איז געווען געפיל צו זיינע עלטערן ער האט עס נישט געקענט טוהן צו זיי, זיי האבן אים גארנישט שלעכטס געטוהן אויב עפעס פארקערט זיי פראבירן צו זעהן זיין הצלחה, וויאזוי קען ער זיי אזוי וויי טוהן? ער קען עס נישט טוהן צו זיי פינטל, און דאס האט געמאכט אים זאגן דאס וואס ער האט געזאגט.

יענקי שטייט אן קעגן איבער אים מיט די מויל אפען, ער קען נישט גלייבן וואס ער האט יעצט געהערט, ברוך זיין חבר וואס איז אזוי צו געבינדן צו אים, זיין חבר וואס אלעס וואס ער זאגט טוט ער, וויאזוי קען זאגט ער מיר ניין נאכדעם וואס איך האב ארויסגעהאלפן אין ישיבה ווען ער איז אריין געקומען ווי א פארלוירענע שעפעלע, איך האב מיר ממש איבערגעריסן פאר אים איך האב נאר גערעדט צו אים אין ישיבה נישט האבענדיג קיין צייט צו אנדערע, וויאזוי זאגט ער מיר ניין?

אינערליך האט אים נאך מער געבאדערט די פאקט, ער האט געהאפט אז דורכדעם וואס ער גייט זיך פארדראגן מיט ברוך וועט עס אים געבן די געפיל אז ער האט געטוהן ריכטיג, ער האט געפיהלט ליידיג אין הארץ ער האט געמוזט האבן סעפארט פון איינעם אז ער האט עס געמעגט טוהן, און דאס האט ער יעצט אויך פארלוירן!

ברוך האט געזעהן די פארלוירנקייט אין יענקי'ס אויגן אבער ער האט אים נישט געקענט העלפן וויפיל יענקי האט אים ארויסגעהאלפן האט ער געהאט שטארקע הכרת הטוב אבער ער קען נישט גיין אפענערערהייט אן קעגן זיינע עלטערן, ביז ווי לאנג זיינע עלטערן האבן נישט מיטגעהאלטן איז עס נאך מיט געגאנגען אבער איינמאל דאס וועט ווערן א אפענע זאך, וועט עס שטארק ווייטוהן זיינע עלטערן וואס זענען גארנישט שולדיג.

יענקי האט זיך אויסגעדריט זיין קאפ ער האט נישט געוואלט אז ברוך זאל זעהן די טרערן וואס גליטשן זיך חצופה'דיג ארויס פון זיינע אויגן, ער האט געמאכט א טריט אויף צוריק און אנגעהויבן לויפן און לויפן, ווי ווייטער אוועק פון ברוך, ברוך איז געבליבן געלעמט נאר נישט דאס! ער האט אזוי געהאפט אז יענקי וועט אים פארשטיין, יעצט וועט ער קיין חבר אויך נישט האבן וואס וועט ער האבן דערפון?!

יענקי האט נישט געקוקט אויף צוריק צו ברוך לויפט אים נאך ער איז געווען אזוי אנגעווייטאגט אויף ברוך אז ער האט נישט געוואלט הערן פון אים, ביז ווי לאנג ער קומט מיר נישט איבערבעטן אויף וואס ער האט יעצט געטוהן און זאגט מיר אז איך בין געווען טויזענט פארצענט גערעכט, וויל איך נישט הערן פון אים טראכט יענקי ביי זיך דערביטערט.

ברוך שפארצירט אוועק פונעם פלאץ מיט א שווערן געמוט ער האט יעצט פארלוירן זיין איינציגסטע חבר, אבער ער האט געטוהן וואס ער האט געדארפט, ער גייט צוריק אין ישיבה מיט א אויפגעהויבענע ריקן, טאקע ער האט נישט קיין חבר אבער ער האט געפילט עפעס א העכערקייט באגלייט אים, ער האט נאך קיינמאל געפילט אזא געפיל ער האט עס זייער געגליכן און ער האט געהאפט אז עס וועט אנהאלטן.

א וואך איז א דורך דאס גאנצע זאך האט אויסגעוועפט און ברוך טרעפט זיך אליין מיט זיינע געפילן זיין חבר האט ער נישט, ער האט געטרייט צוריק אנצופאנגען אליין אבער עס גייט נישט ער איז שוין געווען צו פארכישופט אינעם שמוץ ווי יענקי האט אים אריינגעשלעפט, ער האט זיך אנגעהויבן בענקן אהין דא קוקט אים קיינער נישט אן אבער דארט מיט יענקי האט אים יעדער אנגעקוקט מ'האט א גאנצן טאג זיך געריסן פאר געלעכטער אבער דא איז ער איינזאם.

יענקי פון די צווייטע זייט האט נישט געשמעקט אז ער האט פארלוירן אזא חבר ווי ברוך ווי נישט ווי איז ער שוין מיט אים פאר די לעצטע שטיק צייט צוזאמען, ער האט אים אלס ארויס געהאלפן מיט זיינע שטיקלעך יעדע צווייטע שגץ שטיק האבן זיי געטוהן אין איינעם, און דא האט ער אים פארלוירן.

ברוך האט זיך געטראפן דריקן יענקי'ס טעלעפאן נאמבער, ער האט זיך געווינדערעט האט ער שוין געטראפן אנדערע חברים וויל ער מיר נאך אפילו קענען? ווער ווייסט אפשר האב איך אים פארלוירן? ווער האט מיר געבעטן אים אפצולאזן? יעצט דארף איך האפן אז ער דארף מיר נאך, פאר צו לאנג האט ער נישט געדארפט טראכטן, נאכן ערשטן קלינג הערט ער יענקי'ס שטימע אויפגעלייגטערהייט.

"ברוך וואס מאכסטו? איך האב שוין לאנג נישט גערעדט צו דיר, איך מוז דיר איבערבעטן זאגט ער מיט א נידריגע טאן איך וואלט דיר נישט געטארט אזוי צו שטיפן צום וואנט צו קאסטן פון די דראגס, אבער ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן ווי נאר אונז האב מיר זיך אפגעטיילט די לעצטע מאל מיר האבן זיך געטראפן האב איך גלייך גענומען אביסל פון די סחורה, איך מוז דיר זאגן סהאט זיך געלוינט איך בין גלייך ארויף געפארן איך זאג דיר איך פון אלעם פארגעסן ס'האט מיר געמאכט פארגעסן אז איך בענק מיר נאך דיר, ווען איך בין צוריק אראפ געקומען האב איך זיך צוריק אנגעהויבן בענקן, אבער ס'האט שוין אביסל געהאט אויסגעוועפט די בענקשאפט, איך זאג דיר ווען די האסט עס ווען דאן וואלסטו יעצט געווען א נייע מענטש."

ברוך הערט זיך צי מיט אינטערעסע ער וויל שוין נישט איינשטעלן צו פארלירן זיין חבר נאכאמאל ער וועט אים אויסהערן און אים פאלגן ביזן סוף אבי נישט צו פארלירן א חבר.

"ברוך וואס ביסטו אזוי שטיל?" פרעגט יענקי מיט זארג, "איך בין אביסל נאך איבערגענומען ווי שטארק די האסט מיר ליב אפילו איך בין אוועקגעלאפן פון דיר און דיר נישט געפאלגט ווי א געטרייע חבר," ענטפערט ברוך פארשעמט, "זארג נישט" זאגט יענקי מיט ליבשאפט, "אז די וועסט מיר פלאגן נעקסטע מאל וועט נישט אויסוועלן אז דאס זאל פאסירן."

"ווען קען מען זיך טרעפן?" פרעגט יענקי שוין מיט א לעבהאפט אין זיין שטימע, "א שעה ארום איז גוט?" פרעגט ברוך.

"יא געוואלדיג! וועל מיר זיך טרעפן דארט ווי אונז האב מיר זיך געטראפן פארגאגענע מאל וועסט עס קאסטן לייגט יענקי צי איך זאג דיר וועסט הנאה האבן."

א שעה שפעטער

"יענקי וואס איז דעיס?" "אה איך האב דיר געזאגט דאס איז די סחורה וואס מאכט פרייליך איך זאג דיר ווען מ'נעמט אביסל פון דעם פליט מען ארויף אין גן עדן, קאסט עס איך זאג דיר."

"דא!" שרייט יענקי אויס מיט פרייד "צי אריין אביסל יעצט בלאז ארויס, וואס פילסטו? געהעריג? נעם נאך אביסל, צי אריין שטארק בלאז ארויס, וויאזוי פילטסו יעצט? פילסטעך גוט, ניין? יעצט לאז מיר נעמען אביסל."

אזוי זענען די צוויי געווארן גאנץ הויעך ס'איז געווארן שפעטער און שפעטער ביינאכט די זון איז שוין אינטערגעגאנגען, און די צוויי זענען נאך נישט דאהי, ברוך'ס מאמע איז געווען גאנץ באזארגט, ווי א מינוט ס'איז דרוך און ברוך איז נאכאלץ נישט אהיים געקומען איז זי געווארן מער און מער אנגעצויגן.

שפעט אויפדערנאכט האט ער זיך אריין געשלעפט אין שטוב מיט צעשלאכעטע פיאות זיין העמד שמוציג, געהאפט האט ער אז זיין מאמע שלאפט שוין, און זי האט שוין טאקע געליגן אין בעט אבער געשלאפן האט זי נישט, וויזאוי קען א מאמע שלאפן ווען איר קינד דרייט זיך אין גאס אן איבערלאזן אדער זאגן ווי ער געפינט זיך. אוי ווי זי האט געהאט פון וואס צו ציטערן ווי נאר זי האט אים געזעהן אריין קומען אינדערהיים איז איר א שרעק באפאלן, ער האט נישט אויסגעקוקט מיט אלעמען, שלאפן האט זי שוין נישט געקענט יענע נאכט.

וואס איז געבליבן מיט ברוך?

***

"ס'איז נישט אזוי פשוט" הייבט ראן אן די מיטינג "ס'איז סאך מער קאמפלעצירט ווי געראכטן, איך האב גערעדט צו די העכערע פענסטער זיי קוקן אויס קאמפס גרייט צו פארטיליגן דעם געפאר, אונז דארף מיר זיך נעמען ארבעטן שנעל פאר ס'איז שוין צו שפעט", ראן קוקט אריין טיף אין די אויגן פון זיינע צוויי אגענטן מייק מיט דזשאו און ריפט זיך אן "מ'האט באשלאסן ענק צו שטעלן אנצופירן מיט דעם אויספארשונג און מיט די אפעראציע אויב עס פעלט אויס, איך האב שווער געארבעט צו איבערצייגן מיינע אויבערהארן אז ענק זענען די פאסיגע קאנדידאטן, זיי האבן געוואלט נעמען העכערע וואס האבן שוין געפירט אזאלעכע אפעראציעס, אבער מיט דעם אלעם האב איך זיי איבערגרעדט אז מזאל ענק נעמען, אבער! ענק מיזן טוהן דאס בעסטע וואס ענק קענען אויב די אפעראציע וועט דורכפאלן וועל מיר אונז אלע ליידן."

"יאללא חברה געגאנגען צום ארבעט, אונז דארף מיר צוזאמאם שטעלן א טיעם, איך וועל האבן די ריכיטיגע חברה וועל מיר זיך זעהן אין צוויי שעה מיט די גאנצע טיעם" ענדיגט ראן.

צוויי שעה שפעטער

ארום א רונדיגע טיש זיצן די גרעסטע קעפ און פראבירן אויפצוקומען מיט א לעזונג אויף דעם געפאר וואס הויערט אויף זייער קאפ, נישט נאר אויף זייער נאר אויף א גרויס חלק אמעריקאנער און אויף די אמעריקאנע אנגעזעענקייט, די געפאר איז גרויס און ווי זיי האבן זיך שוין דערוויסט האלטן די פלאנירער שוין כמעט ביים גרייט שטאפל.

איבער א שעה אריין אינעם זיצונג ריפט זיך מייק אן "איך האב א פלאן!" דער גאנצער עולם דרייט זיך אויס צו אים מיט פארוואנדערטע בליקן יעדער וויל הערן וואס זיין פלאן איז און וואס מ,קען טוהן אפצושטעלן די גרופע דורכצופירן דעם בייזוויליגע פלאן וואס זיי האבן.




אינעם צימער קען מען קוים אטעמען אבער די באטייליגטע כאפן אפילו נישט אז דער היץ איז גרויס, זיי זיצן און פלאנירן אלעס מיט גרויס פארזיכטיקייט, זיי וועלן נישט מער און נישט ווייניגער מאכן א אויפשטאנד אנקעגן די אמעריקאנער רעגירונג, פלענער גיין ארויף און אראפ פון טיש דער עיקר אבער איז אז יעדער וואס איז אין דעם צימער איז דורך א בעקראונד טשעק און איז אויסגעפארשט געווארן און אינטערגעשריבן א צעטל אז אויב וועט מען געוואר ווערן אז ער האט געליקט עפעס אינפארמאציע אפילו נאר אז ער איז געווען ביי אזא זיצונג איז ער מיט א קאפ קערצער!

דער גרופע פירער האבן גוט געוויסט אז די אמעריקאנע רעגירונג האט הענט איבעראל זיי קענען געוואר ווערן זייער שנעל אויב עפעס קאכט זיך און פון דעם האבן זיי געציטערט, זיי האבן געגאנגען נאך ווייטער זיי האבן ארויף געלייגט אן דעם וואס די ארומיגע מיטגלידער זאלן וויסן, אין יעדעם'ס טעלעפאון א טשיפ וואס וועט אויפכאפן זיי ווי זיי דרייען זיך און מיט וועם זיי טרעפן זיך און סיי וועט עס אויפכאפן אלע פאון קאלס וואס קומען אריין און גייען ארויס, זיי האבן געהאט איינער וואס האט געזיצן א גאנצן טאג און עס נאכגעגאנגען.

"אך און וויי וועט זיין אויב וועט מען טרעפן איינעם רעדן אדער אפילו מרמז זיין פארן שונא וואס אונזערע פלענער זענען" האט דער פירער פונעם גרופע דזשים געלאמערט "איך גיי עס נישט זאגן יעדע מאל וואס אונז טרעף מיר זיך אבער דאס מיינט נישט אז אונז גיי מיר נישט נאכקוקן א גאנצן צייט."

"וואס גייען מיר טוהן? ריפט זיך איינע פון די באטייליגטע אן "אונז זעמיר שוין דא פאר די פערדע זיצונג אבער מיט קיין דעטאלן זעמיר אונז נאכנישט קליגער געווארן", "האהא האב נישט מורא מ'וועט ענק אלעס מיטטיילן אבער מיט א רואיגקייט" ריפט זיך דזשים אן.

"די פלענער זענען ווי פאלגענד: מיר האבן ענק נאכגעקוקט און דורכגעגאנגען ענקער פארגאנגענהייט עטליכע מאל ביז מיר האבן געקומען צום מסקנה אז ענק זענען טאקע די פאסיגסטע קאנדידאטן, יעדער פון ענק אן אויסנאם איז געווען אין די מיליטער פאר כאטשיג פינף יאר אין געווען פארמישט אין אקטיווע שלאכטן, אונז גיימיר אפשר אויך זיין פארמישט אין געשלעגן אונז קען מיר באשטיין אז נישט אבער ס'גייט נישט במציאות זיין אז נישט, ענק וועלן נישט זיין סתם זעלנער אינעם מיליטער ענק וועלן אנפירן דעם אפעראציע מיט ענקער מיליטערישע ערפאנונג."

"אונז זעמיר זיך דא צוזמגעקומען אינעם הויפט שטאט ווי עס געפינט זיך די רעגירונג פון אלעסקע "יוניאו" אונזער ציל איז צו פארכאפן די רעגירונג אין גרינדען אן אייגענע רעגירונג דא אין אלעסקע! מ'גיימיר זיך אפטיילן פון די פאראייניגטע שטאטן!"

"אוווו אההההההה באאאאאאאאאא בההההההה"

אלע מינע קולות קומען ארויס פון די מיילער פון די באטייליגטע יעדער ברענגט ארויס וואס זיי האבן יעצט געהערט אויף א צווייטן אויפן אבער מיט אלעם זענען זיי אלע גלייך און דאס איז מיטן ווילן אראפ נעמען פון זיך די אמעריקאנע גאווערמינט פון זייער קעפ יעדער מיט א צווייטע סיבה, זיי זענען אויסגעקליבן געווארן טאקע פאר דעם, די פירער האבן געמאכט שטארקע בעקראונד טשעקס ווען זיי האבן געזיכט קאנדידאטן און אלע האבן געמוזט האבן דעם זעלבן פיינטשאפט צום אמעריקאנער רעגירונג.

"פיין" ריפט זיך דזשים אן צופרידן נאכן זען די צופרידענהייט אויפן עולם'ס געזיכט, "איך מיין אז ס'איז גענוג פאר היינט אונז וועל מיר זיך צוזאמקומען צוויי טעג ארום נאכאמאל, אבער אךךךך און וויי אויב ווער מיר אונז געוואר אז דער פלאן רינט ארויס צו פרעמדע אויערן, ענק ווערן נאכגעקוקט פונעם מינוט ענק וואקן ארויס פון דא! איך וועל נישט אננעמען קיין שום תירץ אויב ווערט מען געוואר אז איינער האט געטראגן ווייטער אינפארמאציע."

מיט א שאקל מיטן קאפ האבן זיך די פארזאמעלטע צושפרייט יעדער אויף זיין וועג, אבער אינעם קעלער זענען געבליבן די געציילטע פירער, זיי האבן זיך געגעבן די הענט מיט הנאה אז דאס איז געקרוינט געווארן מיט סוקסעס.

"עס שמעקט מיר נישט דער וואס איז געזיצן אויפן רעכטן זייט מיט די בלויע העמד" ריפט זיך פליצלינג ענטאני אן "ער האט ארויס געוויזן צופיל פרייד ס'גלייבט זיך שווער אז ער האט עס געטוהן ווייל ער איז געווען עפעס עקסטער פריילעך אז ער גייט האבן די געלעגענהייט צו זיך נוקם זיין אין די אמעריקאנער רעגירונג, עפעס האט מיר נישט געשמעקט מיט אים, ער איז געווען עפעס צו רואיג עפעס וואס שטומט בכלל נישט ווען מ'לייגט ארויף אויף איינעם אזא שווערע מיסיע."

"איך ווייס נישט צו מ'קען דורך דעם וויסן אויב ער איז טאקע נישט דא אונז צו העלפן נאר פארקערט, סוף כל סוף האט מען זיי יעצט נאר געזאגט די רויע פלענער מ'איז נישט אריין אין קיין דעטאלן, איך גלייב אז ער איז ס"ה געווארן זייער פריילעך צו הערן אז ער איז אויסגעקליבן געווארן צו פייטן אן קעגן די אמעריקאנע רעגירונג" פראבירט דזשים זיך אנצונעמען פאר אים.

ענדראו וואס איז געזיצן אין דער זייט שטיל און מיט געהאלטן דעם שמועס, האט זיך נישט געפוילט ער האט אויפגעזיכט אין זייער סיסטעם ווי זיי האבן געהאלטן די אינפארמאציע אויף אלע וועם זיי האבן אויסגעקליבן און אנגעהויבן נישטערן צו זען וואס האט מען טאקע געשריבן אויף דעם מיטן בלויע העמד, וואס איז די אינפארמאציע וואס אונז האב מיר צוזאמען גענומען אויף אים, אפשר אזוי וועט מען כאפן ווי אהין ער צילט.

טאקע נאך עטליכע מינוט נישטערן און נאכזיכן איז אים ארויף געשווימען דעם גאנצן פראפייל פונעם יונג מיטן בלויען העמד, "איך מיין אז ענטאני איז גערעכט" ריפט זיך אן ענדראו "איך האב יעצט נאכגעקוקט זיין פראפייל און איך זע אז אים האט מען בכלל נישט גענומען וועגן אונז האב מיר געוואלט זיין פראפייל זאגט אז ער איז בכלל נישט אזוי אנטי גאווערמינט יא ער האט שוין געהאט אפאר צוזאמשטויסן מיטן גאווערמינט אבער אוועראלל איז נאך גאנץ פראו גאווערמינט, איי פארוואס האב מיר אונז אים גענומען? אונז האב מיר געדארפט האבן נאך איינעם וואס זאל פארזיכרן אז אונז האב מיר א סאלידע טיעם האט מען אים גענומען, ווייל ער האט א געוואלדיגע רעקארד ווען עס קומט צום מיליטער אזוי אויך האט מען געזעהן אז ער איז א מענטש וואס בייגט זיך גאנץ שנעל האט מען געהאפט אים אריין צושלעפן, אבער ענדיגט ענדראו צו מדארף אים נאכקוקן מיט צען פאר אויגן, אז ער האט שוין יעצט געכאפט ענטאני'ס אויג מיינט אז ער איז נישט אזא גרינגע פישל ווי אונז האב מיר געמיינט, מ'דארף אים פון יעצט און ווייטער נאכקוקן ווי דעם פרעזידענט אליין."

ענטאני הערט אויס מיט הנאה ער האט הנאה אז ער האט גוט צוגעטראפן ער איז נאך אזוי גוט געשולט צו אויפכאפן ווען איינער איז נישט אינגאנצן בסדר.

דזשים געפעלט נישט דעם גאנצן שמועס אבער ער וויל נישט ארויס ווייזן גארנישט, ריפט ער זיך אן "אויב אזוי דארף מען אים טאקע נאכקוקן מיט צען פאר אויגן, אונז קען מיר זיך נישט ערלויבן אז וועגן איין אזא יוקל זאל אונזער גאנצע פלאן צושטערט ווערן."

"אקעי דער מיטינג איז געשלאסן".

דזשים שפאצירט ארויס פארטראכטערהייט איך מוז אים ווארענען.

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל ט'

קריס וועקט זיך אויף און טרעפט זיך מיט פארבינדענע אויגן, ער פילט אז ער איז צוקוועטשט און א קליין לעכל אבער ער ווייסט נישט ווי ער געפינט זיך, זיין געפילן זאגן אים אז ער איז נישט אויף א גוט פלאץ אבער ער ווייסט נישט ווי, ער געדענקט נישט גארנישט פון די לעצטע פאר טעג אלעס איז אים אויסגעמעקט, די לעצטע זאך וואס ער געדענקט איז אז א מלחמה האט אויסגעבראכן צווישן זיינע חברים מיט די אנדערע גרופע אבער ער געדענקט נישט וואס עס האט פאסירט דערנאך.

"עננננננננננננננדדדדדדדדדדליייייייייייךךךךךךךךך" הערט ער א בארבאריש געשריי, זיין הענט און פיס האבן זיך גענומען ווארפן זיינע געפילן האבן אים גוט געזאגט, טראכט ער צו זיך, יעצט וועל איך זיין א קרבן צו זייער שמוציגע הענט טראכט ער מיט טרויער צופיל צייט האט ער נישט געהאט צו טראכטן אינמיטן האט ער געפילט א זעץ ס'האט אים שוין געגליסט צוריק צו גיין שלאפן.

"דזשאסיף" שרייט מייקל "אונז האב מיר אים דא אויף דער האט זיך דערוועקט סהאט אים גענומען אפאר טאג אבער ער איז דא" שרייט מייקל מיט פרייד

"יעעעעעעעעעעעע" שרייט דזשאסיף מיט פרייד, "לאמיר זיך נעמען צום עבודה אונז דארף מיר ארבעטן שנעל אויב וויל מיר אונז נאך האבן אונזער חבר טשארלי לעבעדיג!"

א שווערע קרייץ פארהער איז געשטעלט געווארן פאר קריס, "דו ווייסט ווי אונזער חבר טשארלי געפינט זיך?" פרעגט מייקל ווען א ביקס איז אויסגעשטרעקט אנגעקן קריס'ס קאפ.

"ני י ייי יייי ייי ן" שטאמעלט קריס ארויס

זעעעעעעעעעעעעעעעעץ!!!

קריס פאלט ארינטער פאר'חלש'ט "ער וועט זיך נאך לערנען צו רעדן" בוזשעוועט מייקל ארויס א גערגעטער, "מיט אונז וועט ער נישט שפילן, ער ווייסט נאך אפילו נישט מיט וועם ער האט זיך דא אנגעפאנגן ער מיינט אז ער קען מיט אונז שפילן, נא נא."

עטליכע שעה שפעטער

"קריס!!! אויב גייסטו אונז נישט זאגן ווי טשארלי איז וועל מיר אונז דיר צעמאלן לעבעדיגערהייט! זאג אונז שוין ווי ער איז!!"


"אאא יאיאי ךךך ווייס ננננננננניי שש טט!" "דו ווייסט יא!! זאג אונז שוין ווי ער איז! אז נישט וועסטעך טרעפן אויפן זעלבן פלאץ ווי די האסטעך פריער געטראפן דו זעסט דעם געשווילאכץ דא אויף דיין פנים?... דו ווייסט פון וואס דאס איז?... אויב וועסטו נישט ענטטפערן וועסטו דיר טרעפן מיט אזאנע געשווילכאצן אויפן פנים! און ערגער!"

"איך זאג די אמת" פראבירט קריס מיטן גוטן, "איך זאג ענק צי אז איך האב נישט קיין אנונג וואס מיט אים האט פאסירט!"

"אויב סאיז אויב די ווייסט צו נישט וועט מען שוין שפעטער רעדן! זאג מיר יעצט ווי ער געפינט זיך!"

"אאאאההההההההה…………………….."

קריס פאלט נאכאמאל ארינטער א האלב טויטער, מייקל דרייט זיך אויס צו דזשאסיף, "איך האב א געפיהל אז ער ווייסט יא, און אויב האט ער זיך נישט געבראכן איז א סימן אז ער ווייסט נאך עפעס וואס אונז ווייס מיר נישט," "וואס הייסט?" פרעגט דזשאסיף, "קום ארויס וועל איך דיר זאגן, לאז דא דיין טעלעפאן" ווייזט מייקל פאר דזשאסיף מיט האנט באוועגונגען.

"איך האב מורא אז זיי האבן ארויף דערווישט אויף אונז טרעקינג דעווייסעס, זיי ווייסן פינקטליך ווי אונז זעמיר און וואס אונז טוה מיר, און קריס ווייסט עס אויך! נאר וועגן דעם קען ער זיך האלטן שטארק ווייל ער ווייסט אז זיי קוקן אונז נאך."

"דו האלטסט אזוי?" פרעגט דזשאסיף מיט שרעק און ווינדער, "וויאזוי האבן זיי עס איינגעפלאנצט אויף אונז? דו ווייסטעך יא ווי פארגעשריטן אונז זעמיר אז ווי נאר א פרעמדע מענטש דערנענטערט זיך צו אונזער דירה וועט ער ווערן א בארג אש! האלטסט אז זיי האבן איבערגעקומען אונזער טעכנעלאגיע?" "איך ווייס נישט" ענטפערט מייקל "אבער איך האב א פילינג אז זיי האבן אונז פארגאנגען און וועג און זיי האבן די אויבערהאנט, אונז מוז מיר ארבעטן פלינק און שנעל אויב וויל מיר אונז נאך בלייבן ביים לעבן, און דער עיקר אויב וויל מיר אונז נאך טרעפן טשארלי."

"איך מיין אז אונז דארף מיר אקטיוועזירן פלאן 2" ריפט זיך דזשאסיף אן "דער ערשטער זאך וועט זיין פטור ווערן פון קריס, איך וועל יעצט אנהייבן דורכגיין אונזער גאנצע דירה זען אויב עס איז דא עפעס אינפארמאציע וואס אונז וויל מיר נישט אז ס'זאל אנקומען צום שונא."

"אונז דארף מיר בכלל נישט פטור ווערן פון קריס, איך האב א פארטיגע פלאן פאר אים, אונז וועל מיר אים דא לאזן אינעם הויז און איינעם מיט אונזערע טעלעפאנען און מיט יעדע זאך וואס אונז קיין מיר חושד זיין אז זיי האבן איינגעפלאנצט א טישפ, ווי נאר זיי וועלן פילן גענוג באקוועם אז יעצט איז זייער בעסטע צייט צו שטורעמען אונזער דירה און פארכאפן קריס און אונז הארגענען וועל מיר אונז שוין לאנג נישט דא זיין, אוי וועט זיי אפווארטן א איבערראשונג ווי נאר זיי וועלן איבערטרעטן דעם שוועל וועט די דירה עקספלאודן מיט אלעם דעראון!"

"א זיסע נקמה," ריפט זיך דזשאסיף אן, "לאמיר זיך נעמען צום ארבעט ווייל די צייט איז קורץ."

***

"מ'זעט שוין טריקעניש" הערט זיך פליצלינג געשרייען פון אלע זייטן, חיימ'טשע לויפט צו צום דעק און יא ער זעט שוין דעם אמעריקאנע באדן! זיין הארץ איז איבערגעפילט מיט פרייד, זיין גליק וועט זיך שוין ענדליך אנפאנגען ער האט שוין אזוי לאנג געווארט אויף די מינוט, דער שיף וועט אנקערן אין די נעקסטע פאר שעה, ער דארף זיין וואס מ'וועט טוהן ערשט ער דארף טרעפן א דירה ער דארף טרעפן עפעס אידן, שוין ער וועט זען ווען מוועט שוין זיין אויפן אמעריקאנע פלאר ער וועט גלייך אויפהייבן אביסל גאלד וועט ער האבן וויאזוי זיך צו אן עצה געבן..

קינד און קייט גרייטן זיך צו פארלאזן די שיף אויף וואס זיי האבן פארברענגט די לעצטע שטיק צייט, חיימ'טשע ווערט אביסל נערוועז סוף כל סוף קען ער נישט קיין ווארט ענגליש ער האט נישט קיין אנונג וויאזוי ער וועט קאמיוניקירן מיט די באמטע און מיט די מענטשן ארום, די שיף קומט נענטער צום בארטן און אנקערט!

זיי האבן נאך איבערגעשלאפן א נאכט אויפן שיף זינט די פארט איז געווען פיל און סהאט נישט געקענט פארנעמען א פרישע שיף מיט מענטשן, האט עס געדארפט ווארטן פאר מארגן חיימטשע האט פראבירט צו רעדן צו אים און צו אים אבער צופיל האטער זיך נישט געקענט אויסקומען, ער האט נאך געדארפט ערלעדיגן פאפירן אריין צוקומען אין לאנד.

אינעם פרימארגן ריפט די קאפיטאן אויס אז ביז געציילטע מינוטן וועט מען אנהייבן פארלאזן די שיף, נישט זיך שטופן אלעס וועט גיין מיט א סדר, די מינוטן האבן זיך געריקט חיימ'טשע מיט זיין פאמיליע באקומען רשות צו פארלאזן די שיף, די קינדער זענען פריילעך זיי זענען שוין איינגעשפארט א שיינע שטיק צייט דא אויפן שיף ס'איז שוין צייט פאר זיי אביסל צו אויסטשאכענען חיימ'טשע איז פון א זייט איבער געפריידעט פונעם צווייטן זייט איז ער ביטער אנגעצויגן.

געקומען די צייט צו פארלאזן דעם שיף, חיימ'טשע מיט זיין פאמיליע וואקן אראפ פונעם שיף ווען בשעת מעשה ווארפען זיך זייערע אויגן ארום זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געזעהן אזא שטאט, ס'איז געווען נייע פאר זיי, חיימ'טשע פראבירט צו זעהן ער האט האפט אפשר דאך וועט ער טרעפן א באקאנטע פנים, זיינע שאנסן זענען געווען נאנט צו נול, אבער ער דארף האבן איינעם מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט, ער דארף מסדר זיין די פאפירן ער דארף טרעפן א דירה ער מוז האבן איינעם מיט וועם ער קען רעדן, ער איז ביטער פרעמד מיט דעם שפראך.

דאס ערשטע זאך וואס האט אים געשמיסן אין פנים איז געווען דעם פאקט אז ער זעט נישט קיין גאלד פאר די אויגן, יא עס דרייען זיך טאקע ארום גרויסע גברים ער זעהט ממש לוקסעס פון אלע זייטן, אבער נישט יעדער איינער… גערעכט ס'איז דא עשרים אבער די פשוטע המון עם זענען פשוטע בירעגער וואס לעכעצן פאר א שטיקל ברויט.

"שלום עליכם א איד"

חיימ'טשע דרייט זיך אויס מיט שאק געמישט מיט פרייד, ווער רעדט אידיש דא? "עליכם שלום" ענטפערט ער צוריק נאך פאר ער האט באמערקט ווער סאיז דער וואס האט אים געגריסט, זיין אידענע האט שוין אבער יא אויפגעכאפט ווער עס איז געווען דער וואס האט אים געגריסט, עס איז איר שלעכט געווארן פאר די אויגן זי האט געוואלט נעמען א שיף שוין צוריק פון ווי זיי זענען געקומען שיין קוקט זי אויס אז דאס זענען די אידן דא.

אינמיטן האט חיימ'טשע באמערקט ווי דער אידל מיטן שיין געפציטן בארד מיט א שטיקל היטל אויפן קאפ, "אה וואס מאכט א איד פרעגט חיימ'טשע פריילעך, איך דארף וויכטיג האבן הילף איך בין יעצט אנגעקומען איך קען נישט דעם שפראך איך קען מיר נישט א עצה געבן."

"דארפסט דיר נישט זארגן" קומט דער ענטפער פונעם קליין היטיגער "איך בין דא דיר צו העלפן איך בין א רב פון א קהילה איך האב א שוהל, האסטעך נישט וואס צו זארגן וועסט אריבערקומען צו מיר איך וועל דיר געבן אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, איך שטיי דא ביים פארט יעדן טאג אפצווארטן די אידן וואס קומען פון איבער די וועלט, ס'קומען טאקע נישט אן אידן יעדן טאג, אבער מ'קען קיינמאל נישט וויסן זעסטעך אז ווען נישט איך שטיי דא וואלטסטו נישט געהאט ווי צו גיין."

חיימ'טשע איז ווייס געווארן, "זאג מיר נישט אז ער איז א רב" זאגט ער שטילערהייט פאר זיין ווייב, "אונז דארף מיר גיין צום נאר וועגן אונז האב מיר נישט קיין צווייטע ברירה אונז קען מיר נישט בלייבן שטיין דא אין די גאס אליין אן קיינעם צו וועם צו רעדן, איך גלייב אבער אז איינמאל מ'וועט אנקומען אין שטאט וועט מען טרעפן עפעס ערליכע אידן מיט וועם מ'וועט אויסטוישן א ווארט."

"א גוטן כבוד הרב איך האב נישט געוויסט איר זענט א רב, אוודאי וויל מיר אונז קומען מיט אייך אז איר זאלט אונז קענען ווייזן וואס צו טוהן דא אינעם פרעמדן לאנד," זאגט חיימ'טשע מיט געמאכטע הכנאה.

"לאמיר ארויס גיין פון דא און אריין פארן אין שטאט," פרייד זיך די רב פאר א פאר פרישע חסידים.

נאך געציילטע שעה האט יענער פארשאפט א דירה'לע פאר משפחות חיימ'טשע, א קליין דירה מיט צוויי צימערן דער רב האט אים געזאגט אז ער וועט מוזן באצאלן אין צייט די רענט ווייל אויב נישט וועט מען אים ארויסווארפן, קיין פרנסה האט ער נאכנישט געהאט אבער ער האט זיך נישט צופיל געזארגט, ער האטעך די פאך אין די האנט ער איז א געלונגענע שניידער ער וועט זיכער טרעפן עפעס א פרנסה אין איינע פון די פארבריקן.

נאך געציילטע טעג נאכן זיך איינארדענען האט ער באשלאסן אז עס איז געקומען די צייט צו טרעפן א פרנסה, ער האט שוין אנגעהויבן איינזען אז אין אמעריקע וואקסט נישט געלט אויף א בוים -אזוי ווי ער האט זיך איינגערעדט- נאר מ'דארף שווער ארבעטן דערפאר.

ווי טרעפט מען א ארבעט?.. ער האט זיך געשטעלט זיכן א ארבעט, ענדליך האט ער געטראפן א ארבעט ביי א שניידעריי פאבריק, מיט א שמחה קומט ער אהיים דערציילן די אידענע אז מ'האט געטראפן א ארבעט, ווי וואס ווען? אלעס איז געוארן אויסגעקלארט ביז געציילטע מינוטן, ער דערציילט מיט פרייד וויפיל ער גייט מאכן דארט ער לייגט צו אז זיי האבן אים אויסגעדרייט זיי האבן געוואלט זען ווי גוט ער קען מאכן א ארבעט זיי האבן אים ממש באווינדערט, די בעל הבית זאגט מיר אז עכט געבט ער סאך ווייניגער פאר א נייע ארבעטער אבער היות ער קען אזוי גוט וועט ער צאלן א שיינעם געהאלט.

נאך א וואך געארבעט ער האט גאר שטארק הנאה געהאט נאך דערצו ווען ער האט געוויסט וואס וועט אים אפווארטן סוף וואך די גרויסע טשעק, ער האט ממש גע'חלומ'ט דערפון טאג און נאכט, געקומען איז פרייטאג נאכמיטאג, חיימ'טשע מאכט זיך גרייט צו פארלאזן דעם פאבריק, ס'איז דאך ערב שבת מ'דארף זיך גרייטן פאר שבת, אויפן וועג ארויס טרעפט אים זיין בעל הבית, "חיימ'טשע ווי גייסטו שוין אזוי פרי?"

"איך דארף מיר גרייטן פאר שבת" ענטפערט ער מיט א רואיגקייט, "פארוואס דארפסטעך גרייטן פאר שבת?" ער פראבירט אים מסביר זיין וואס שבת איז און אז מ'טאר נישט ארבעטן יענע טאג, דער בעל הבית כאפט אים אן ביים אויער, "דו קומסט נישט אריין מארגן?" פרעגט ער מיט א אויפגערעגטע פנים, "ניין" ענטפערט חיימ'טשע פארלוירן, "לויף יעצט ארויס פון דא!" שטורעמט די בעל הבית מיט כעס "איך וויל דיר נישט זען פאר מיינע אויגן די משוגענער! דו מיינסט טאקע אז איך גיי דיר לאזן פעלן איינס א האלב טאג פון ארבעט יעדע וואך?? דא איז אמעריקע מיסטער דא ארבעט מען זעקס טעג א וואך אז דו האלטסט נישט ביים ארבעטן ווי א נארמאלע מענטש גיי טרעף דיר א צווייטען וועם צו אויסניצן, פיץ אפ פון דא."

מיט שאק גייט חיימ'טשע ארויס מיט א אראפגעלאזטע קאפ, ס'איז בכלל נישט געשמאק געווען אבער וואס טוט מען נישט פארן הייליגן שבת! ווי קען ער זיך זען ארבעטן אינעם הייליגן טאג? ער איז צעבראכן אויף טויזענט ער האט שוין געהאט א גאנצע פלאן וואס צו טוהן מיטן געלט וואס ער גייט מאכן, ער האט שוין אפילו געארבעט א וואך אבער ער האט נישט באקומען א פרוטה דערפאר.

אנקומענדיג אהיים האט שוין זיין אידענע געזעהן אז אלעס איז נישט בסדר דא, זי פרעגט אים מיט א באזארגטקייט וואס ס'האט פאסירט אז ער קוקט אויס אזוי שרעקליך, מיט א צעבראכן קול דערציילט ער איר וואס ס'האט פארגעקומען און אז ער האט נישט יעצט קיין ארבעט אלעס פאר הייליגן שבת!

חיימ'טשע האט עכט נישט געוואלט זאגן פאר זיין ווייב אבער קיין ברירה האט ער נישט געהאט, ער האט מורא געהאט אז איינמאל זי וועט הערן די סיבה פארוואס ער האט פארלוירן זיין דזשאב וועט זי האבן א זאך מיט וואס אים צוריק צו שלעפן קיין אייראפע, זינט ס'האט איר שוין בכלל נישט געשמעקט דאס מיט וועם זיי דרייען זיך און נעבן וועם זיי וואוינען, אבער ער האט מורא געהאט אז איינמאל זי וועט הערן אז די סיבה פארוואס מ'איז געקומען דא -צו מאכן געלט- קיין מען אויך נישט אויספירן וועגן מ,קען נישט האלטן שבת צו מאכן געלט וועט זיך שוין כאפן דעם נעקסטן שיף און צוריק פארן, אבער קיין צווייטע ברירה האט ער נישט געהאט וואס דען זאל ער ענטפערן ווען זי פרעגט אים פארוואס ער האט פארלוירן די דזשאב?..

דער שבת איז אריבער, חיימטשע שפאצירט אויפן גאס מיט א אראפגעלאזטע נאז ער ווייסט נישט וואס וועט זיין מארגן וועט ער טרעפן א ארבעט וועט ער נאכאמאל דארפן ארויסגיין שבת, ער איז אינגאנצן צעמישט און צעבראכן, פליצלינג באמערקט ער דער ראביי וואס האט אים אויפגענומען ביים שיף, עכט האט ער נישט געהאט קיין פינטל געדולד צו אויסטוישן א ווארט מיט אים, אבער וואס זאל טוהן ווען ער קומט אים אנטקעגן מיט א ברייטע שמייכל גרייט אריין צו גיין אין א שמועס.

"וואס מאכסטו עפעס חיימטשע?" פרעגט דער ראביי "דו קוקסט אויס זייער באבלאזן עפעס גייט פאר ביסט נישט צופרידן פון אמעריקע, דו ווייסטעך אז מ'דארף נישט גלייך האבן געלט ס'איז נישט אז ווען מקומט אן קיין אמעריקע ווערט מען גלייך אן עושר, אבער איך זאג דיר אז איין טאג וועסטו נאך זיין א גרויסע עושר."

"דו מאכסט לצנות פון מיר??" פרעגט חיימ'טשע מיט ביטער "ס'קוקט דיר אויס אז איך וועל נאך אמאל מאכן א רויטער גרייצער? קודם זאל איך האבן א פרנסה נאכדעם וועט מען רעדן וועגן זיין א עושר."

"וואס הייסט האסטו מיר נישט פארציילט פארגאנגענע וואך אז די האסט געטראפן א פרנסה ביי דעם און דעם פאבריק? וואס איז געשעהן אין איין וואך האט מען דיר שוין ארויסגעטראסקעט?!"

"ניין, וואס רעדסטו איך בין געווען די בעסטע ארבעטער דארט, די פראבלעם איז געווען אז ס'איז אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג איך האב מיר געגרייט צו פארלאזן אויף שבת, דער בעל הבית האט מיר אנגעכאפט ביים אויער און ארויסגעטראסקעט פון דארט"

כא כא כא כא כא ווארפט זיך דער ראביי ביי די זייטן, "דו האלטסט שבת? איך מיין יעדער האלט שבת איך אויך לייגט ער שנעל צו פאר חיימ'טשע לויפט אוועק פון אים, אבער דא איז אמעריקע דא מוז מען ארבעטן יעדן טאג דא טוט מען נישט די פארנאטישע זאכן ווי אינדערהיים יא מ'מאכט א סעודה אבער אינעם ארבעט גייט מען אויב נישט וועט מען נישט מיט וואס צו שפייזן די פאמיליע, היינט איז אנדערע צייטן דא טוט מען וואס יעדער טוט מ'קוקט נישט אויף די פארנאטישע וואס טוען נאך דאס וואס מ'האט געטוהן אינדערהיים.

חיימ'טשע ווייסט נישט וואס האט אים באטראפן ער הייבט פיס און אנטלויפט ער איז נישט אינטערעסירט צו שטיין נעבן אזא איינעם וואס רעדט אזאנע זאכן!

וועט זיך חיימ'טשע קענען איינהאלטן ווען די געלט תאווה פלאקערט ביי זיך אין הארצן?

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל י'

ברוך איז געווארן ערגער און ערגער זיינע עלטערן האבן עס ווייניגער און ווייניגער געקענט אויסהאלטן, פון ישיבה האט ער שוין נישט געוואלט הערן, אבער ער האט זיך געדרייט אינדערהיים, דאס האט עטוואס לייכטער געמאכט פאר זיינע עלטערן, זיי האבן זיך געפרייד אז כאטשיג קענען זיי אים זען און נישט אז ער פיצט זיך אפ און טוט וואס ער וויל אן דעם וואס איינער זאל אפילו וויסן, אזוי האט ער נאך געהאט עפעס א שטיקל אראפגעבינדעקייט נישט צו טוהן אלעס.

זיין חבר יענקי האט שוין אויסגעקוקט ווי א שגץ ער האט שוין נישט געהיטן גארנישט ער האט נישט געוויסט פון קיין תורה און מצוות, זיינע עלטערן האבן זיך שוין געהאט מיאוש געווען אויף אים זיי האבן געהאלטן אז ער איז א פארגאנגענהייט זיי האבן שטארק נישט געוואלט אז ער זאל חרוב מאכן זייער שטוב האבן זיי אים ארויס געווארפן ווי א הינט אין גאס, משא"כ ברוך'ס טאטע און מאמע האבן געהאלטן אז אויב ווייזט מען זיי מהאט זיי נישט ליב און מ'דארף זיי נישט קען עס האבן די פארקערטע וואס מ'וויל וועגן דעם האבן זיי אים נאכגעהאלטן אינדערהיים, און דאס איז געווען די סיבה פארוואס ברוך האט נאך אויסגעקוקט עפעס נארמאל אנטקעגן יענקי.

געקומען איז די טאג ווען ברוך האט מער נישט געגליכן זיין היים ער האט זייער געגליכן זיינע עלטערן אבער ער האט געפילט אז ער קען מער נישט טוהן וואס ער וויל ווען ער האט זיין טאטע מאמע אויפן קאפ א גאנצן טאג און קוקן אים נאך מיט פיהר אויגן, נאכדערצו ווען יענקי האט נישט געהאט ווי צו גיין און ער האט געקענט באשטיין צו פארשוווינדן ווערן פון זייער היים שטאט און אפפיצן צו א פלאץ ווי קיינער קען זיי נישט, פאר ברוך איז עס נישט געווען לייכט סיי ווייל ער האט געגליכן זיין שטוב און סיי ווייל ער האט געוויסט וואסערע אפעקט דאס וועט האבן אויף זיין מאמע.

איין טאג געווען איז עס א געהעריגע טאג, ער קומט אהיים נאכמיטאג נישט ווי זיין סדר ער האט געוואלט אז די שטוב זאל זיין שטיל אז קיינער זאל אים נישט קענען שטערן און אז ער זאל קענען רעדן צו זיין מאמע אן דעם וואס נאך אויערן זאלן הערן, ער האט געהאט א אינגערע ברידער וואס איז געווען א יאר אינגער אים וואס ער האט גאר שטארק געציטערט אז ער זאל אים נישט נאכקומען אויף זיינע וועגן ער האט שוין גענוג שטארק געשוינט זיין טאטע מאמע פארן מיטמאכן וואס זיי מאכן מיט אים ער האט נישט געוואלט אז זיי זאלן אויך עס מיטמאכן מיטן ברידער ער האט פארשטייט זיך -געהאלטן לויט אים- אז ער איז גערעכט פארן טוהן וואס ער טוט אבער ער האט דאך נישט געוואלט אז זיין ברידער זאל אים נאכטוהן.

ער איז אנגעקומען אהיים, זיין מאמע איז געווען אינטער שאק "וואס זיכסטו דא אין אזא שעה?" פרעגט זי אים מיט ווינדער, "איך וויל רעדן צו דיר" זאגט ער מיט א שטילע אבער פעסטע טאן, "איך קען אויך באשטיין אז טאטי זאל דא זיין, וואלטסט אים געקענט באשטיין צו פרעגן אויב ער קען אריבערקומען יעצט?"

דער מאמע האט בכלל נישט געווען פריילעך מיט די גאנצע מיטינג יעצט, עפעס האט עס איר נישט פארגעזאגט קיין גוטס זי ווייסט נישט פארוואס אבער זי האט געפילט אז דא קומט א באמבע א מאמעס הארץ בלייבט א מאמעס הארץ האט זי עס געפילט.

ארום א טיש זענען געזיצן טאטע מאמע מיט ברוך, ברוך הייבט אן אימבאקוועם "איך וויל ענק איבערבעטן פאר די עגמת נפש וואס איך מאך ענק אבער איך האב נישט קיין ברירה איך האלט אז דאס איז וואס איך דארף טוהן מהאט מיר אויסגעפייניגט אין חדר מ'האט מיר ארויסגעווארפן פון חדר פאר גארנישט און פארנישט איך האב געמוזט זיכן חברים און איך האב טאקע געטראפן חברים וואס האבן זיך אימגעקוקט אויף מיר נישט אזוי ווי די מנהלים וואס האבן נישט געוואלט קוקן אויף מיין זייט."

"איך האלט אז אויב וועל איך בלייבן וואוינען דא וועט עס נישט צופיל העלפן פאר ענקער געזונט אזוי אויך וויל איך נישט אז וועגן מיר זאלן די אנדערע קינדער אויך אנהייבן אויסזען אזוי ווי מיר, איך האלט נישט אז וועגן מיר זענען ענק שילדיג אז ענקער קינדער זאלן זיך דרייען מיט אזאנע ווי מיר."

"וועגן דעם אלעם האב איך באשלאסן אוועקצומופן פון ענקער הויז, איך מוז ענק זאגן אז עס וועט מיר גאר שטארק בענקן איך וועל ענק שיקן גריסן איך וועל אפשר אויך קומען באזיכן, איך זיך ענק נישט צו מצער זיין, אבער איך זע נישט קיין אנדערע וועג."

טאטע מאמע זענען געזיצן צוגעשמיט צום בענקל זיי האבן נישט געקענט גלייבן וואס זיי הערן דא זיי האבן בכלל נישט מסכים געווען אז ער זאל אוועקמופן פון זיי, ווי געשריבן האט ער זיך עפעס געהאלטן ווען ער האט געוואוינט ביי זיי אינדערהיים.

ברוך האט געזעהן אז זיינע עלטערן ענטפערן נישט האט ער זיך אויפגעשטעלט פון פלאץ און זיך געגאנגען צוזאמפאקן זיינע זאכן וואס זענען געליגן ביי זיינע עלטערן אינדערהיים, ווען ער האט צוריק געקומען צום טיש זענען נאך זיינע עלטערן ווייטער געזיצן פארטראכט אן ארויסרעדן א ווארט, נאכן זעהן אז זיי האבן נישט די כוחות צו רעדן האט ער צו געגאנגען צו זיי און געגריסט א גוטן טאג!

ברוך האט ארויסשפאצירט פון זיינע עלטערן'ס היים איבערלאזענדיג א פארווייטאגטע עלטערן אליין וויינען אויף זייער גורל.

יענקי האט אים אפגעווארט אינדרויסן מיט זיין קאר ער האט זיך אריין געזעצט און זיך מסדר געווען אין קאר, ווי נאר מהאט אנגעהויבן פארן האט ער פארגעסן פון זיינע עלטערן פון זיין ברידער שוועסטער, ער האט עס געקענט באשטיין אפצומעקן פון זיין מוח.

נאך יענע נאכט האבן זיי געכאפט א פליגער און אפגעצויגן פונעם אמאליגען לעבן.

----

דער נעקסטער צופרי האט זיך באוויזן אן אמבולנס ביים טיהר פונעם פאמיליע פון ברוך זיין מאמע איז אינטערגעפאלן יענעם צופרי נאכן נישט קענען אויסהאלטן די צער וואס איר צדיק'ל האט איר אנגעמאכט, ווי מ'האט געוואר געווארן אין שפיטאל האט זי געליטן פון א ערענסטע הארץ אטאקע, אבער זי האט עס ב"ה דורכגעמאכט, זי איז ווייט ווייט נישט געווען ווי אמאל זי איז געווען חרוב ונחרוב, אבער ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן ווייל קורצליך נאך וואס ברוך האט פארלאזט זיין שטוב האט מען פארלוירן קאנטאקט מיט אים ער איז נישט געווען צום געפינען, זיין משפחה האט שטארק געוואלט אז ער זאל הערן וואס ער האט אפגעטוהן זיי האבן געהאפט אז אזוי וועט ער אפשר באקומען רחמנות געפילן אויף זיין מאמע און ער וועט צוריק קומען צום וועג, אבער די קאללס זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.

די שטוב האט נישט געקענט געהעריג אנהאלטן די טאטע איז געווען צובראכן אויף שטיקליך סיי אויף די געזונט צו שטאנד פונעם מאמע און סיי אויף זיין קינד וואס האט פארלאזט דאס אידישע וועג.

אז די שטוב איז אויף רעדער זענען די קינדער אויך אויף רעדער, אויף אזוי ווייט אז קיינער האט זיך נישט געהעריג אימגעקוקט אויף זיי.

***

זיבן פאר אויגן זענען געוואנדן צו מייק ווי זיי ווארטן צו הערן וואס זיין פלאן איז מיט וואס ער איז אויפגעקומען.

מייק פוילט זיך נישט און הייבט גלייך אן צו פארלייגן זיין פלאן, "צו ערשט פאר איך וועל זאגן מיין פלאן" הייבט מייק אן זיינע ווערטער, "לאמיר קודם איבערגיין וואס אונז ווייס מיר שוין איבער זייערע פלענער, די ערשטע זאך פאר מייגט ווייטער, פארוואס האט די אמעריקאנע גאווערמינט אזוי מורא פון אפאר נערישע פויערן וואס זענען אויפגערעגט אויפן סיסטעם און אויפן אמעריקאנע גאווערמינט, ווי יעדער דא ווייסט איז די אמעריקאנע גאווערמינט אביסל שטערקער ווי דעם… אויב אזוי שיק אראפ אפאר פאליציי אפיצירן קייטל זיי און פטור אן עסק, וואס איז משוט פון דארפן אריינמישן דעם גאנצן עף בי איי פאר אפאר נערישע פויערן און נאכדערצו מהאט געדארפט האבן א צושטימונג פונעם פרעזידענט צו גיין ווייטער, עפעס שטימט נישט, יא?"

מייק גייט ווייטער, "נאר וואס דען אונז האב מיר אינפארמאציע אז איינע פון די הויכראנגיקע באמטע אינעם אלעסקע רעגירונג העלפט זיי ארויס און שטופט דעם געדאנק, דאס איז עפעס וואס מאכט זיי האבן א שטיקל אויבערהאנט אויב האבן זיי הילף פון אינעווייניג, וואס דאס האט אונז געמאכט צו ווערן אריינגעמישט, ווייל דאס איז עפעס וואס וועט באטראכט ווערן ווי א אויפשטנד קעגן די אמעריקאנע גאווערמינט, אויב אזוי דארף מיר אונז אויפקומען מיט א לעזונג וואס זאל צושטאנד קומען אן דעם וואס איינער זאל אפילו מיטהאלטן, דאס וועט זיין א שטארקע פארשעמונג פאר אמעריקע אויב איינע פון זיינע סטעיטס האבן זיך געוואלט אפטיילן נאכדערצו ווען עס איז געטוהן געווארן די דורך די סטעיט אליין נישט דורך דרויסענדיגע."

דער עולם האט זיך אנגעהויבן ריקן אימבאקוועם קלאר צו מאכן פאר מייק אז ביז אהער איז א דבר פשוט, זיי זענען נישט אינטערעסירט צו הערן די זאכן זיי ווילן הערן א פלאן.

"וואס אונז מוז מיר זיכער מאכן" גייט מייק ווייטער אן "איז אז אונז זאל מיר האבן די אויבערהאנט, וויאזוי די ערשטע זאך וועט מען דארפן גיין מיט שיינעם, מ'וועט פראבירן צו ארויסריקן דעם ארטיגע גאווערמינט פון אמט אזוי אז זיי זאלן מער נישט האבן די ווארט דארט, מ'וועט אויפקומען מיט עפעס א סקאנדאל וואס וועט גוט פארשעמען די ארטיגע גאווערנער מיט אירע ארומיגע אזוי וועט מען פארלאנגן ספעציעלע וואלן וואס מיט דעם לאמיר האפן וועט די זאך אינטערגיין.

מייק זעצט זיך אראפ ער האט שוין געזאגט זיינס, די פארזאמעלטע האלטן נאך אינמיטן פארדייען וואס זיי האבן נארוואס געהערט, געוויסע פראבירן עס צו זיין געשעהן אנדערע באווינדערען עס, אבער אינמיטן האט זיך איינער אנגעריפן, "וואס וועט אבער זיין אז לאמיר זאגן אז עס געלאנגט אונז צו האבן א מעכטיגע סקאנדאל אויף אים וואס טוה מיר אויב ווען עס וועט קומען צום סטעיט הויז וועלן זיי נישט ווילן אז מזאל אריין וועלן א נייע גאוווערמינט זיי וועלן שלעפן און שלעפן אויז ארום זיכער צו מאכן אז די אלטע בלייבט ביים מאכט, טאקע אפשר וועט די גאווערנער דארפן אפטרעטן אבער אויב זיין לוטענענט נעמט איבער זעמיר ביים זעלבן צרה."

מייק פארטראכט זיך א מינוט און פרעגט "מיינטס אוודאי צו זאגן אז אויב ס'איז אזוי דורכגעפוילט אז די פארפוילטקייט גייט אראפ ביזן סטעיט הויז, וואס אזוי ארום אויב זענען זיי א חלק פונעם פלאן צו זיך אפטיילן פינעם אמעריקאנע גאווערמינט וועלן זיי אלעס טוהן אז די פלאן זאל בלייבן, דאס איז וואס די מיינסט?"

"יא" ענטפערט יענער באזארגט.

מייק לייגט צו, "און לאמיר שוין זאגן אז דאס איז די קעיס און לאמיר זאגן אז זיי וועלן יא מאכן נייע וואלן ווער זאגט אז זיי גייען נישט אריין שטעלן איינעם וואס איז אויך א חלק פונעם פלאן?" מייק האט שוין אנגעהויבן צווייפלן אינעם גאנצן פלאן.

ראן וואס איז געזיצן אין דער זייט און הנאה געהאט וויאזוי מייק קומט אויף מיט דעם פלאן איז בכלל נישט דערשראקן געווארן פון די פרישע פראבלעמען מיט וואס מאיז אויפגעקומען.

"זייטס שטיל א מינוט" ריפט ראן אויס, "איך וואס נישט וואס עס שטערט אייך, לאמיר זאגן אז די סטעיט הויז איז טאקע אריין געמישט אינעם פלאן, וואס האט עס מיט אונז? אונז דארף מיר פראבירן דעם פרידליכען וועג אויב וועט מען זעהן אז אונזער פלאן גייט נישט אינעם גוטן ריכטונג איז אלץ דא פרישע פלענער וואס מקען טוהן וואס איז עפעס וואס ביז דערווייל האלט מען זיך צוריק פון עס טוהן, פארגעסט נישט לייגט ער צו אונז האב מיר גוטע קוועלער פון ווי אונז נעם מיר אינפארמאציע אויב וועט זיין סיי וועליכע פלענער פון די סטעיט הויז צו זיך אריין מישן און שטעלן איינעם וואס גייט מיט מיט זייער פלאן וועל מיר אונז גלייך געוואר ווערן."

דער עולם אטעמט אפ זיי מייק דרייט זיך ארום א צעפרידענע צו ראן און געט אים אזא בליק פיל מיט א דאנק.

יעצט דארף מען זיך אבער נעמען צו די ארבעט, דזשאו ריפט זיך אן "איך מיין אז פון יעצט און ווייטער וועט די ארבעט נאך גרינגער ווערן, סאיז נישט אזוי שווער צו טרעפן עפעס א סקאנדאל אויף א פאליטישן…" די ארומיגע שיסן אויס אין א געלעכטער.

----

"דזשים איך מוז יעצט רעדן צו דיר", "קענסט אריבערקומען צו מיין געהיימע בונקער אין א האלבע שעה" ענטפערט דזשים שטייף.

א האלבע שעה שפעטער

מיט שטילע טריט דערנענטערט ער זיך צום בונקער מיט א פארדעקטע געזיכט לאזט ער זיך צו אריינגאנג, נאך עטליכע שטילע קלאפעס און א געהיימע קאוד עפענט אים דזשים אויף דעם טיהר, "וואס מאכסטו עפעס?" נעמט אים דזשים אויף "עפעס ערענסט קומט פאר אז די האסט באשלאסן צו אריבערקומען דא אינמיטן טאג געווענליך קומסטו נישט אין אזא צייט וואס האט דיר אהער געברענגט?"

"ס'איז צרות! זיי זענען ארויף אויף אונזערע שפירן!"

"וואססססס???" שרייט דזשים "די אמעריקאנע גאווערמינט איז געוואר געווארן אונזערע פלענער?? ווער איז די פאררעטער??? ער גייט ביטער אפשניידן!"

"אזוי ווי די האסט מיר געבעטן האב איך מיר געמאכט קאנטקאטן אינעם עף בי איי, איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט איינע פון די אגענטן ער זאגט מיר אז מ'האט יעצט געענדיגט די ערשטע זיצונג זיי האבן אויסגעקוקט זייער פארלוירן זיי ווייסן נישט וואס צו טוהן, למעשה האבן זיי באשלאסן צו זיכער מאכן אז די גאווערנער פליט פון זיין בענקל אזוי ארום וועט מען אריין שטעלן א פרישן אין אפיס ווי זיי האפן אז דאס וועט מאכן אז אונזערע פלענער זאלן צופאלן."

"הא הא הא הא הא הא הא הא הא הא…." דזשים קען נישט צו זיך קומען פאר געלעכטער

"יוי זענען זיי גוט איך מוז דיר זאגן ער האט געטוהן א גוטע ארבעט!" זאגט דזשים צו זיך

"ווער?" פרעגט דער קעגן איבער אים

"גארנישט קיינער ס'איז גוט, וואס טו מיר טאקע? איך וועל דיר זאגן" הייבט דזשים אן "אמת'דיג האט די גאווערנער נישט אזוי מסכים געווען מיטן גאנצן פלאן אבער ער האט נישט געהאט קיין ברירה, אבער איינמאל מ'וועט אים זעהן אינדרויסן פון אפיס וועל מיר אונז האבן סאך בעסערע מעגליכקייט צו דורכפירן אונזער פלאן."

"יעצט טאקע האט עס געארבעט פאר אונז אז איינער האט זיי אבערגעגעבן אונזערע פלענער אבער נישט אלץ וועט עס אונז העלפן נאר פארקערט אונז דארף מיר ארויפקומען אויף זיינע שפירן אונז וועל מיר עס נישט פארשווייגען! דאס דארף זיך אויפהערן זאפארט! אקעי איך מיין אז די קענסט גיין, איך וועל יעצט אריבער ריפן מיינע מענטשן זען וואס מקען טוהן, ש'כח פאר די אנפארמאציע."

דער פארשלייערטע מאן מאכט זיין וועג ארויס ער וויל נאר נישט אז דער וועם ער וויל נישט זאל אים טרעפן דא, זיין דאגה איז נישט וואס דזשים וועט טוהן ער דארף זיין געלט און שוין.

ער האט זיך אנגעהויבן דערווייטערן פונעם ארט ער האט שוין געקענט זען ווי דזשים'ס מענטשן קומען צו לויפן קיינער האט זיך נישט געוואלט אנהייבן מיט דזשים אז ער ריפט קומט מען צו לויפן די שנעלעסטע מעגליך, ער האט זיך געריבן די בויך נאכאמזל אז איך האב נישט געזאגט פאר דזשים די גאנצע אינפארמאציע…

דזשים עפענט די זיצונג מיט זעקסט ווערטער "א פאררעטער דרייט זיך צווישן אונז!" א שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אינעם צימער.

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל י"א

"מייקל, אונז האב מיר נישט צופיל צייט", יאגט דזשאסיף אינטער "אויב ווייסן זיי ווי אונז זעמיר קענען זיי אנקומען יעדע מינוט, לאמיר טוהן אונזער ארבעט די שנעלסטע מעגליך", מייקל הערט זיך צו מיט א האלבע אויער צו דזשאסיף ער איז יעצט פארנומען צו צוטשעפענען אפאר ווייערס צום טיהר ער האט עס געטוהן ווען די טיר איז געווען פארמאכט אויס מורא אז איינער שטייט קעגן איבער זייער הויז מיט א שפעקטיוו און קוקט נאך אלעס וואס זיי טוען.

דזשאסיף איז געווען פארנומען צו איינפאקן אלע זייערע וויכטיגע חפצים וואס זיי דארפן האבן אזוי אויך האט ער זיכער געמאכט אז זיי האבן אנגעגערייט אלע זייערע געצייג אויב פאלט אויס א געשלעגעריי צווישן די צוויי זייטן.

די צייט איז געקומען זיי זענען שוין גרייט צו גיין צום קומענדיגע שטאפל, מייקל איז צוגעגאנגען צו קריס וואס איז נאך געליגן באוויסטלאז פונעם פריערדיגע זעץ ער האט אים אריין געשטאכן גוטע שלאף מאטריאל ער דרייט זיך אויס צו דזשאסיף "ער וועט יעצט שלאפן ביזן קבר אריין כא כא כא"

די צוויי פאקן זיך זיי מאכן זיכער אז זיי האבן איבערגעלאזט אלעס וואס זיי האבן געקענט טראכטן וואס קען האבן א טשיפ ווי מפאלגט זיי נאך, מייקל האט זיכער געמאכט אז קריס שלאפט טאקע ער האט אויך זיכער געמאכט אז די באמבעלע וואס איז באהאפטן צו קריס איז גוט אנגעשטעלט, ער האט זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט, מיט צאפעלדיג טריט האבן זייערע טריט זיך געוואנדען צום ארויסגאנג.

"איין מינוט" כאפט זיך מייקל! "דאס וויכטיגסטע האב איך כמעט פארגעסן, וויאזוי וועט מען יעצט אוועק גיין פון דא? אויב האבן זיי איינגעפלאנצט טשיפס אין אונזער פאון האבן זיי זיכער איינגעפלאנצט אויפן קאר.. אויב אזוי אויב לויף מיר אונז אוועק מיטן קאר וועלן זיי נאך ווייטער זיין אויף אונזערע שפירן, אונז דארף מיר טראכטן א וועג פאר עס איז צו שפעט, די דארפסט פארשטיין אז אונז האב מיר אנגעשטעלט אז אויב מ'פילט מענשטן זיך דרייען אינעם הויז זאל די באמבע גלייך אויפפלאצן איך האב עס אנגעשטעלט אז דאס זאל זיך אנפאנגען פון צען מינוט ארום, אויב בלייב מיר אונז יעצט דא וועל מיר אונז זיין די וואס וועלן זיך טרעפן א בארג מיט אש!"

"דזשאסיף אונז מוז מיר טרעפן א לעזונג די צייט לויפט" האט מייקל אונגעהויבן אויסלויפן פון געדולד, "איך האב א געדאנק" זאגט דזשאסיף "ס'איז אביסל רעזאקאליש אבער אונז האב מיר נישט קיין צווייטע ברירה מ'גיימיר גיין צום נאנטן הייוועי אונז וועל אפשטעלן דעם ערשטן קאר, אונז וועל מיר אים ארויסטראסקענען און אפציען מיטן קאר."

"הממממ הערט זיך נישט גוט אבער קיין צווייטע ברירה האבן מיר סיי ווי נישט, געגאנגען."

אינטער צוויי מינוט שפעטער זענען די צוויי שוין געזיצן אינעם קאר, דזשאסיף האט גענומען די רעדל ווען מייקל האט זיך געזעצט דערנעבן און אנגעהויבן זיך קאנקעטן צום הויז ווי זיי וועלן קענען אלעס מיטהאלטן און זיך רייבן די באכער ווי זייער פלאן פארט געשמירט.

----

בען קערט זיך צוריק צום טויטן בית הקברות ווי זיינע קאלעגן זענען געליגן לעבעדיג ווי טויט, ער האט נאר געזעהן די רויך פון מייקל'ס קאר זיך דערווייטערען אין איינעם מיט קריס, אבער ער האט זיך גלייך פארבינדען צו זיינע אפעראטן ווי ער האט גלייך אויפגעכאפט די שמועס צווישן מייקל מיט דזשאסיף די שמועס איז געווען קלאר ער האט פינקטליך געהערט זייערע פלענער.

נאך עטליכע שעה ווען יעדער איז שוין געווען וואך חוץ די געציילטע וואס זענען אומגעקומען אין די שלאכטן, האט זיי בען דערציילט וואס ער האט געטוהן און ווי מקען אלעס מיט האלטן אויף זיינע אפעראטן ער האט אויפגעשטעלט זיין זאכן און ביז געציילטע מינוט האט די גאנצע עולם געקענט מיט האלטן אלעס וואס קומט פאר ביי מייקל.

עטליכע האבן געשאלטן און געשומפן זיי האבן געוואלט נקמה נעמען אויף די בלוט פון זייערע חברים, אבער פון די אנדערע זייט זענען געווען די פירער וואס האבן צוריק געהאלטן פון נעמען ווילדע שריט, נאר געזאגט אז אזוי ווי אונז האב מיר סיי ווי אלע זייערע דעטאלן דארף מען זיך נישט יאגן פאר נקמה נאר אנדערש אלעס טוהן אויסגערעכענט אזוי האט מען מער שאנסן פאר סוקסעס.

נאכן ארויס האבן די בילד און זעהן ווי זיי פייניגען אויס קריס האבן זיי באשלאסן אז זיי וועלן טוהן וואס זיי האבן צו טוהן, זיי וועלן שטורעמען דעם הויז, איי זיי זענען נישט קיין גולומעם זיי ווייסן אז זיי האבן זיכער אנגעגרייט איבערראשונגען אויב זיי וועלן פראבירן צו שטורעמען.

נאך א מיטונג מיט די פירער פון די גרופע איז געבליבן אז זיי ווייסן דאך נישט אז מהערט זיי נאך סאיז נישט דא קיין שום וועג צו וויסן אויב אזוי וועלן זיי נישט האבן קיין דריק צו פארלאזן דעם הויז, אויב בלייבן זיי אינעם הויז וועלן זיי האבן די געלגענהייט זיי צו נעמען אין געפענגעניש, אויב ווען זיי שטורעמען וועלן זיי זעהן אז זיי ווערן בלאקירט אדער דורך אינטערגעשטעלטע שפיצלעך אדער דורך דעם וואס זיי וועלן שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד וועלן זיי פלאך מאכן די הויז, וועט נאר קריס שטארבן אבער די צוויי מייקל און דזשאסיף וועלן אויך האבן זייער פארדינטע שטראף.

ס'איז נישט אנגעקומען גרינג צו פאסן דעם באשלוס סכ"ס האבן זיי נישט געוואלט אז זייער'ס אן אגענט זאל דארפן שטארבן אויף אזא וועג אבער זיי האבן געמאכט א פשוטע חשבון אז אויב וועט עס נישט זיין אזוי וועט ער סיי ווי ווערן געהארגט דורך די צוויי רוצחים אויב שוין זאלן זיי שוין אויך גיין.

זיי האבן געמאכט די ענדגילטיגע פלענער און זיי האבן זיך ארויסגעלאזט צום הויז נישט פארן זיכער מאכן אז די צוויי געפינען זיך אינעם הויז.

"איין מינוט שרייט בען אויס ווען זיי האבן שוין געהאלטן ביים שטורעמען דעם הויז, איך האב עפעס געזעהן, איך האב אויפגעכאפט אז די הויז איז שטילער געווארן מיט א גרויסע פערצענט מער ווי עס דארף ווען זיין אזא צייט, זיי זענען געווענדליך זייער אקטיוו אזא צייט, וואס דאס מיינט אדער אז זייי גרייטן זיך אויף אונזער אנקום אדער האבן זיי אנטלויפן און אונז איבערגעלאזט דא לעקיש מיט אונזערע אינטערהער מישנדלעך…"

די פירער האט עס נישט געוואלט הערן ער האט געטענהט אז בען טרייבט פלען איבער, "מ'האלט שוין כמעט ביים זיי כאפן אין יעצט קומט ער אן מיט זיינע תורות אז מ'הערט זיי שוין נישט צו לאנג, זיי שלאפן האסטע געהערט אזאנס!" האט דער פירער זיך געבייזערט.

בען איז נישט געווען אין די גיסטע אריין צו גיין אין א געפעכט מיט זיין פירער, האט ער בלויז איבער געזאגט וואס ער טראכט, אבער צו געלייגט אז ער קען טוהן וואס ער האלט עס איז ריכטיג, אבער וואס יא ער איז געגאנגען שטיין די ווייטסטע מעגליך ער האט געהאט א געפיל אז עפעס וועט קומען אימגערישט זיין געפיהל האט אים טאקע גוט אנגעזאגט.

דער גרופע דערנענטערט זיך צום אריינגאנג ווען יעדער איז זיכער ביי זיך אז זיי וועלן זיי בייקומען און הרגענען, אבער וואס האט זיי שאקירט איז געווען ווען זיי האבן געזעהן אויף די טיהר אנגעהאנגען אויפרייס מאטריאל עפעס אויף וואס זיי האבן זיך בכלל נישט געהאט גערישט אז דאס וועט זיין די מעשה, די פירער האט גלייך פארשטאנען אז בען איז גערעכט געווען, די פלענער האבן זיך געמוזט טוישן נאכדעם וואס די גרופע האט איבערגעגאנגען די לעצטיגע אטנוויקלונגען זנענן זיי צו געקומען צום מסקנה דזשאסיף מיט מייקל געפינען זיך שוין נישט אינעם הויז נאר האבן אפגעפיצט מיטן פלאן זיי איבער צו לאזן אן איבערראשונג, אבער צו זייער מזל האבן זיי עס באמערקט פריער.

וואס זיי האבן אבער נישט געוויסט איז צו קריס איז דא צו נישט וואס זיי האבן פארשטנען איז אז זיי צוויי זענען שוין זיכער נישטא אבער אפשר האבן זיי מיט גענומען קריס, די טרעקער וואס בען האט געהאט ארויף געלייגט אויף קריס האט געוויזן אז ער איז נאך דא אבער איינמאל זיי האבן איינגעזיין אז זיי האבן געכאפט אז מהאט אויף זיי ארויף געלייגט טרעקער אפשר האבן זיי עס אראפ גענומען און איבערגעלאזט דא טאקע זיי אריין צו נאר'ן אין א פאסטקע.

אבער צופיל צייט האבן זיי נישט געהאט צו טראכטן זיי ווייסן נישט אויב וועט עפעס פאסירן אינצווישן, מוז נישט זיין אז די צוויי זענען געגאנגען צו ווייט אפשר זענען זיי דא אין געגענט וואס אויב זיי וועלן זעהן אז זייער פלאן האט זיך נישט אויבגעארבעט וועלן זיי קומען צו לויפן און זיי אפענדיגן, אזוי אויך ווייסן זיי נישט ווי נאך די צוויי האב געלייגט באמבעס.

געטראכט און געטוהן זיי שטארעמען די הויז נישט פאר זייערע עקספערטן פארזיכערן אז די באמבעס זענען אימשעדליך געמאכט געווארן.

----

מייקל מיט דזשאסיף זענען טאקע נאכנישט צו ווייט אבער אין וויסטן חלום האבן זיי נישט געטראכט אז די חברה האבן באמערקט די אויפרייס מאטריאל, זיי פארן געמיטלעך ווען דזשאסיף זיצט ביים רעדל און מייקל האלט אינמיטן אויף סעטן די קאמערא וואס זיי האבן אינסטעלירט בעפארן אנטלויפן מיט צו האלטן וואס עס וועט זיך אפשפילן.

מייקל שטעקט איין די לעצטע דראטן אין די קעמרא הייבט אן שפילן לעבעדיג אויף זיין לעפטאפ, וואס ער זעהט פארארזאכט אז דאס גאנצע קאר זאל מאכן א געפארפאלע שארט סטאפ! סקען נישט זיין האט ער געשריגן ווי נישט אים! דזשאסיף וואס איז געזיצן ביים רעדל האט נישט געהאט קיין אנונג וואס עס קומט פאר און וואס מייקל זעהט אבער אזויפיל האט ער געוויסט אז אויב מייקל שרייט אזוי מוז זיין אז עפעס ערענסט האט פאסירט, דאס האט געמאכט דזשאסיף מאכן דעם סכנהדיגע סטאפ.

מייקל האט זיך געומען שרייען מיט נאך מער באנומענע קלות דזשאסיף האט נישט געוויסט וואס צו טראכטן אבער אזויפיל יא האט ער געוויסט אז עפעס ערענסט קומט דא פאר, נאך עטליכע מינוט איז מייקל געקומען צו זיך, אבער די ערשטע זאך האט ער געזאגט פאר דזשאסיף אז ער זאל זיך דערווייטערן פונעם געגענט די מערסטע וואס ער קען ווייל זיי קענען נישט דא בלייבן נאך א מינוט.

נאך א גוטע דריי שעה פארן האבן זיך אפגעשטעלט אין א שטילע געז סטאנציע ווי מייקל האט געקענט ווייזן פאר דזשאסיף וואס עס האט פארגעקומען, יעצט איז געקומען דזשאסיף'ס רייע צו ווערן פאלעזירט ווי מייקל האט ער אויך גענומען מאכן באנומענע קולות נאר נישט דאס האט ער איבער געחזרט איינמאל און נאכאמאל, אבער צופיל איז שוין נישט געווען וואס צו טוהן, די שונאים האלטן שוין נאכאמאל מיט א טריט פאראויס! וויזאוי האט דאס פאסירט קען זיך מייקל נישט בארואיגן, איינער זאגט זיי אויס וואס אונזערע פלענער זענען איז מייקל געקומען צום מסקנה, אבער ווער זאל אויסזאגן וואס אונזערע פלענער זענען ווען נאר אונז צוויי ווייסן וואס אונז פלאניר מיר, פראבירט דזשאסיף צו פארשטיין מייקל ווערטער, דאס וועל איך שוין אוסגעפינען זאגט מייקל מיט א זיכערקייט.

----

בען מיט זיין גרופע שפאצירן אריין אינעם הויז ווי מייקל מיט דזשאסיף האבן פארבראכט די לעצטע שטיק צייט, ווי זיי געפינען טאקע זייער חבר קריס פארבינדען ווען אויף אים איז דא אן א שיעור אויפרייס מאטריאל, זיי זענען שאקירט געווארן צו טרעפן זייער חבר אין אזא צושטאנד אבער זענען געווען פריילעך אז ער לעבט, זיי האבן פארזיכערטערהייט אראפ גענומען די אויפרייס מאטריאל וואס איז געווען ארום אים, ווי נאר זיי האבן געענדיגט זייער מיסיע צו באפרייען זייער חבר האבן זיי צוריק צו זייערע קארן וואס האבן אפ געפלויגן פון ארט.

***

חיימ'טשע איז נאך אינטער טראמע זיין גאנצע קערפער שאקעלט זיך ער איז טאקע געקומען קיין אמעריקע אבער ממש אז דא קען מען נישט האלטן שבת אויב יא ווערט מען אראפגעריסן פון די אייגענע ברידער דאס איז שוין געווען צופיל פאר אים דאס מערסטע וואס האט אים אבער געבאדערט איז געווען אז ער איז געווען צוזאמען מיט אפאר פון זיינע קינדער, עס האט אים גאר שטארק געבאדערט אז זיינע קינדער זאלן דארפן הערן אזעלכע ווערטער נאכדערצו פון א אייגענער.
חיימ'טשע האט שוין ערענסט אנגעהויהן טראכטן פון זיך אוועקציען פון אמעריקע! ער האט עכט עכט שטארק נישט געוואלט אבער זיין אידענע איז גערעכט געווען, אזוי קען מען נישט אנהאלטן, נישט ער האט פרנסה און נישט ער האט דא רחניות.

אן קיין צווייטע ברירה האט חיימ'טשע גענומען דעם נעקסטן שיף וואס האט אים אפגעפירט צוריק צום אמאל צוריק צו זיין באליבטע משפחה און צוריק צום באליבן שטעטל.

דער פראבלעם איז טאקע געלייזט געווארן אז חיימשטע האט טאקע זיך געהאלטן צום נסיון אבער דא האט זיך עס נישט געענדיגט ער האט טאקע זיך געקענט איינהאלטן, אבער פון די אינגע הערצער ןןאס האבן צו געזעהן דאס חילול שבת אין אמעריקע איז עס נישט אזוי ארויסגעגאנגען עס האט זיי באגלייט פאר לאנגע לאנגע יארן.

----

סערע האט זיך געזיצן ביי איר אינעם סאלאן אין געזיפט פון א טיי ווען אירע אויגן בלעטערן דורך די טעגליכע צייטאנג וואס האט אין דיזע טעג נאר געליפערט פרישע נייעס איבערן קריג, ווען זי ליינט די נייעס מיט ווייניג אינטערעסע, זי פון איר זייט זאל מען אויסשחטן אלע אידן ר"ל.

פארוואס האט זי אזוי פיינט געהאט אידן?

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל י"ב

ענטאני זיצט נערוועז אויף וועם האט די פירער יעצט געלייגט א אויג? טראכט ער צו זיך, אבער צופיל צייט האט ער סייווי נישט געהאט צו טראכטן, ווען דזשים האט זיך אויפגעוועקט פון זיין פארקלאצטקייט.

ווי נאר דזשים האט געווארפן די ווערטער אז א פארעטער דרייט זיך צווישן זיי, האט אים אימיטן אנגעכאפט א שטילקייט ער איז אזוי געזיצן פאר עטליכע מינוט, ווען בשעת משעה זענען די אבריגע געזיצן מיט פארביסענע נעגל, נישט קענגנדיג טראכטן פון וואס דזשים רעדט.

דזשים ריפט זיך אן מיט א שטילע שטומע קענטיג ערשעפט פון זיינע מחשבות וואס האבן אים ארום גענומען, "איך האב מורא אז דער וואס האט אונז אויסגעזאגט איז טאקע נישט קיין צווייטער ווי דער מיטן בלויען העמד וואס פון וועם ענטאני האט חשוד געווען", ענטאני האט זיך געדרייט אביסל אימבאקוועם, פון איין זייט האט עס אים גאנץ גוט געשמעקט אז ער האט גוט צוגעטראפן ווען ער האט ושין פון אנפאנג חשוד געווען דעם באנדיט אבער פון די אנדערע זייט האט אים בכלל נישט געשמעקט אז מאיז געקומען אויף זייערע שפירן.

דזשים האט פארגעזעצט צו מסביר זיין וואס די מעשה איז און וואס ער האט געוואר געווארן, די מצב איז נישט געווען אזוי שלעכט ווי די עולם האט געמיינט אנהייב, טאקע זיי זענען געוואר געווארן זייערע פלענער אבער זיי נישט געקענט אויף קומען מיט א לעזונג זיי אינטער צו ברענגען, וואס דאס מאכט אז זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט זייער פלאן אימגעשטערט, וואס יא זיי מוזן געוואר ווערן ווער דער פאררעטער איז און אט פאר דעם האט דזשים פארריפן דעם זיצונג.

זיי האבן נישט געקענט זאגן אויף הונדערט פארצענט אז יענער איז טאקע די פאררעטער, אבער אויף אזויפיל האבן זיי געוויסט אז אויב האבן זיי געטראכט אים נאכצוקוקן ביז אהער מיט זיבן אויגן וועלן זיי עס יעצט טוהן סאך מער.

"מ'דארף זיין זייער געווארענט", זאגט ענדראו מיט א ערענסטע טאן אויב וועט ער געוואר ווערן אז אונז ווייס מיר אז ער איז דער וואס זאגט אויס פאר די שונאים אונזערע פלענער וועל מיר אונז פארלירן דעם וועג פון קענען פיטערן די שונאים מיט פאלשע אינפארמאציע.

די זיצונג האט זיך געענדיגט אן קיין עכטע לעזונג, אבער אויף אזויפיל האט מען אבער יא געבליבן אז מ'וועט האלטן א אויג אויף יענעם פיל שטערקער און אז מ'וועט אים מאכן פארציילן פאלשע אינפארמאציע, זיי האבן אפגעשמועסט אז אויב וועט דזשים צוריק הערן פון זיינע קאנטאקט מענטשן די פאלשע אינפארמאציע דאן וועלן זיי וויסן אז זיי האבן געכאפט די ריכטיגע פישל, טאמער אבער נישט זענען זיי אין פעקל.

----

"האסט געהערט די לעצטיגע נייעס?, פרעגט מייק פיהל מיט שפאס פון זיין חבר דזשאו, דזשאו הייבט אויף זיין קאפ פון די קאמפויטער ווי ער איז שוין פארזינקן די לעצטע פאר שעה, "ניין איך האב גארנישט געהערט פון וואס רעדסטו?"

"האהאהאהאהאהאהא" מייק קען נישט צו זיך קומען פאר געלעכטער, "האסט נישט געהערט אז די גאווערנער פון אלעסקע איז גוט אין פעקל? איך האב יעצט געהערט אז שמועס אין גאס צווישן צוויי פויערן איך הער ווי יענער קען נישט צו זיך קומען פון די סקאנדאל וואס עס קומט פאר, יענער מיט א רויט געזיכט האט ממש געברויזט אזוי קוקן אויס די היינטיגע פאליטישענס! איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן פון אויספלאצן אין א געלעכטער…"

"משוגענר" האט דזשאו אויסגעריפן נאכן נישט טרעפן א פאסיגערע לשון, "זאג מיר נישט אז דעס איז די גרויסע נייעס וואס די האסט מיר דא געוואלט זאגן!"

מייק האט הנאה אז זיין חבר איז אזוי פארנומען מיט זיין ארבעט אז ער כאפט אפילו נישט וואס ער טוט אויף און פאר אים איז דאס שוין א דבר פשוט, מייק איז מסביר פאר דזשאו, "די דארפסט פארשטיין אז די זיצט שוין אויף די קעיס די לעצטע שטיק צייט די כאפסט אבער נישט אז מהאלט שוין א שטאפל ווייטער, דו טוסט טאקע ווייטער וואס די האסט געטוהן ביז יעצט זיכער מאכן אז די גאס ווערט געוואר פונעם גרויסן סקאנדאל, אויף אזוי וויט אז די נעמסט שוין נישט איננאכט ווען די גאס הייבט שוין אן צו קאכן מיט די נייעס."

דזשאו הייבט אן כאפן ווי ווייט זיין ארבעט שלאגט ווארצלן, ער דערציילט פאר מייק וואס ער האט די לעצטע געטוהן, "איך האלט אינמיטן אנגרייטן א ארטיקל וואס גייט לויפן אין אסאך צייטונגען ווי איך וועל אויפווייזן אז ער דארף פליען פון בענקל…"

מייק האט הנאה אז דזשאו טוט זיין ארבעט, פאר מייק איז אבער געבליבן צו זיכער מאכן אז ווי מער פאלטישענ'ס קומען ארויס שטיצן דאס אז די געווארנער דארף פליען פון בענקל, מ'האט שוין אנגעהויבן הערן פון געוויסע פאליטישענ'ס וואס האבן שטילערהייט געזאגט אז אויב וועלן אנדערע ריפן אויפן אלעסקע גאווערנער צו ריזעגנירן וועלן זיי עס אויך טוהן, אבער ער האט נאך געדארפט ארבעטן אויף די גרויסע פאליטישענס וואס זאלן ריפן צו די רעזעגנאציע.

מייק האט יעצט געהאלטן אינמיטן צו פארהאנדלען מיט די פירער פון די רעפאבליקאנע פארטיי אז זיי זאלן ריפן פאר די רעזעגנאציע, זינט די גאווערנער איז א רעפאבליקען וואס אויב די פארטיי פירער וועט אליין ריפן אויף אים צו גיין וועט עס אפשר העלפן אדער כאטשיג לייגן פרעשור.

די רעזאלטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען ווען נאך עטליכע טעג איז די לאנד געווען אויף מיט די נייעס, ווי מאיז געשטאנען האט מען נאר געהערט רעדן איבער די מעכטיגע סקאנדאל וואס קומט יעצט פאר אין לאנד, די דריק אויף די גאווערנער האט געשטיגן, ווען ער האט געוואלט אנריפן די פרעזידענט צו זיך ריין וואשן האט ער געטאפט א וואנט די פרעזידענט איז נישט געווען גרייט אים צו נעמען אויף א רוף.

די גאווערנער האט אריין געלייגט גאר אסאך כוחות צו פראבירן צו אראפ מאלן אז די בילד וואס האט מהאט ארויף געשמירט אויף אים איז נישט אמת, אבער ער האט געהאט ווייניג סוקסעס, וואס דאס האט אים געמאכט טראכטן אז ער ווערט געפירט פון אויבן, ער קען נישט גארנישט טוהן, ער איז געווען ווי געבינדן, וויפיל ער האט געטרייט צו אויפווייזן אז ער איז נישט געווען פארמיזט אין קיין סקאנדאלן, עפעס מיט וואס ער איז געווען הונדערט פארצענט גערעכט האט עס אבער געפאלן אויף טויבע אויערן, דער עולם האט מער אפגעקויפט די מידיע ווי אים זיי האבן מער געגלייבט די מידיע מיט זייער פאלשע באריכטן ווי אים מיט זיינע הארטע באווייזן.

צופיל האט ער סייווי נישט געקענט טוהן האט ער פראבירט זיך איינצורעדן אז עס וועט דורכגיין און מ'וועט שנעל פארגעסן פון די
גאנצע זאך אזוי אז עס זאל אים נישט קאסטן צופיל ביזיונות.

מייק מיט זיין טיעם האבן ווייטער העפטיג געארבעט, די רעזאלטאטן האבן צוביסלעך געקומען טאקע נישט אזוי שנעל ווי געפלאנט אבער עס איז געקומען, דאס איז געקומען נאכדעם וואס די פון די העכסטע פונעם רעפאבליקאנער פארטיי זענען ארויסגעקומען פארדאמען די אזויגעריפענע אקט וואס ער האט געטוהן און געריפן אויפן גאווערנער צו רעזעגנירן!

נאך א טאג געפערליכע דריק איז די גאווערנער פון אלעסקע ארויסגעקומען מיט א אנטשולדיגונג ווי ער פראבירט זיך נאכאלץ צו ריין וואשן אבער אויף אזויפיל אז ער האט נישט קיין ברירה אין אז ער גייט ריזעגנירען!

דאס האט געפאלן ווי א באמבע אינמיטן העלן טאג, א דרינגענדע זיצונג איז פארריפן געווארן דורכן עף בי איי ווי זיי האבן דורכגעגאנגען די נעקסטע פלענער.

געמיינט האבן זיי אז יעצט אז דער גאווערנער איז אראפ פון בענקל איז די פלאן אויס, אבער אזוי האבן זיי ווייטער געקענט חלומען ווען אין פאקט איז עס געווען ווייט דערפון.

***


שמואליק וויאזוי מ'האט אים געריפן איז געווען א געשמאק בחור, קיינמאל קיין פראבלעמען נישט געהאט אין ישיבה ער האט געהאט פיינע חברים, דאס לעבן איז אים געפארן גוט, אבער איין זאך האט ער יא געהאט און דאס איז געווען אז ער האט געהאט א ברידער ברוך.

שמואליק איז געווען א קליג אינגל ער איז גלס געווען אין צענטער פונעם שמועס, אבער ווען עס איז געקומען די צייט וואס ברוך האט פארלאזט זיין טאטענ'ס הויז, וואס האט געמאכט אז זיין מאמע זאל ווערן ביטער קראנק האט ער אנגעהויבן צו פארן דעם אנדערן דירעקציע.

א נאכט נאך וואס זיין מאמע איז צוזאמגעפאלן האט שמואליק זיך געטרייט צו האלטן פריילעך, ער האט אפגעמאכט ביי זיך אז ער וועט נישט ווערן די רחמנות פון שטאט וועגן זיין מאמע איז קראנק דארף ער ניטש יעצט ווערן א נעבעך, ער האט אנגעגאנגען מיטן גאנצן קנאק ווען נישט אז איינער ווייסט וואס עס שפילט זיך אפ ביי זיי אינדערהיים וואלט מען עס נישט אפילו געקענט אנזעהן אויף אים, די שפיל איז אים געלונגען.

עטליכע וואכן זענען אריבער זיין מאמע'ס מצב איז נאכנישט געקומען צו קיין צופיל בעסערונג, זיין טאטע איז געווען פארנומען ביז איבערן קאפ מיטן העלפן זיין מאמע, דאס איז חוץ פון דעם וואס ער איז אויך געווען גוט אנגעזעצט אויף דעם וואס זיין ברוכ'ל האט אים געטוהן.

דאס צייט איז געקומען ווען שמואליק האט מער נישט געקענט, קיינער האט זיך אויף זיי נישט געהעריג אימגעקוקט זיין מאמע איז געליגן טויט קראנק אין שפיטאל זיין טאטע האט זיך ארומגעדרייט אן א קאפ א גאנצן טאג איז ער געווען פארנומען, וואס האט געמאכט אז די קינדער אינדערהיים זענען געבליבן פארלאזט אן דעם וואס איינער זאל קוקן אויף זיי.

די ווייטאגליכע רעזלטאטן זענען נישט געשפעטיגט צו קומען, שמואליק האט אייביג ארויף געקוקט ברוך ער איז נישט געווען קיין שלעכטער נאר ער האט געהאלטן אז ברוך איז מעכטיג ער איז פיינע נייעס, ער איז טאקע געווען זייער צופרידן וויאזוי ער איז געווען אין ניטש געהאט א פלאן צו טוישן אזוי אויך זענען זיינע עלטערן שטענדיג דערמאנט אז מטאר חס ושלום נישט אויסקוקן ווי ברוך עפעס וואס האט זיי אריין געגעבן אין קאפ אז דאס איז נישט די ריכטיגע זאך, וואס סתם אזוי וואלט עס זייער פיין געהאלפן, אבער דא האט ער זיך געטראפן אן קיין טאטע און מאמע, זיין גרויסע ברודער איז אויך נישט דא ער איז יעצט די עלטסטע אין שטוב ווען ער האט אויף זיין קאפ אלע קינדער.

ער האט געפילט ווי ער קען נישט מער, אין דאן האבן פייגלעך אנגעהויבן אריין פליען אין זיין קאפ, ער האט אנגעהויבן צו טראכטן אפשר דאך איז געשמאק דארט ווי ברוך איז..

ליידער אז מ'האלט אויף אזא מצב וואס ער האט נישט געהאט ווער עס זאל אים אפהאלטן האט נישט צו לאנג געדוירט ביז ער האט געטראפן די חברים פון וועם ער האט אלס פראבירט צו שטיין ווייט, אבער יעצט איז ער צו געגאנגען צו זיי און זיך אנגעהויבן דרייען צוזאמען מיט זיי.

אין יענע צייט איז געווען די סטייל ביי די אלע ארויסגעפאלענע אז זיי וועלן זיך אנשליסן אין די מיליטער ווי זיי וועלן קעמפן פאר זייער לאנד, אזוי מיטן האפענונג צו פארגעסן פון זייער יוגענט.

שמואליק וואס האט געזיכט צו אמטלויפן פון דערהיים האט זיך צוגעכאפט צום פלאן ער האט אלס געהאט ביי זיך אין קאפ פלענער אז ער וועט נאך פייטן אין די מיליטער ער האט אלס ליב געהאט צו ליינען און הערן די לעצטיגע נייעס, ווען סאיז געווען עפעס א נייעס איבער א מלחמה איז ער תקיף געליגן דער אין, דא האט ער געזעהן א געלעגנהייט ווי ער קען אנטלויפן פון דערהיים און אין איינוועגס אויכעט טוהן דאס אויף וואס ער האט אלס ארויפגעקוקט.

ער האט זיך נישט געפוילט נאר ער האט איינגעפאקט אביסל וועש ער האט אפילו נישט אנגעמאלדן פאר זיין טאטע נישט ווילענדיג אנברענגען נאך צער פאר אים, אבער אויף אזויפיל יא ער האט געבעטן איינער זאל איבערגעבן פאר זיין טאטע וואס ער האט געטוהן אז ער זאל נישט מיינען אז ער איז פארשווינדען געווארן ערגעץ.

שטארק איז ער געווען א הויך געבויטער אויך, אזוי אז מ'האט אים גלייך אנגענומען, ווי ער האט אנגעהויבן א דרוכצוגיין שווערע טרענירונגען, ווי ער האט זיך גאנץ גוט אויסגעצייכנט.

נאך עטליכע חדשים טרענירונגען האט מען אים אריבערגעפירט צו א באזע איבער די וועלט ווי ער האט זיך געדארפט אויפהאלטן אויף א קריג פאלט אויס אזוי אויך אנצוהאלטן שלום אינעם ראיאן.

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל י"ג

מייקלס בלוט קאכט ער וועט עס נישט פארשוואגען, ער האט שוין געלאזט וויסן פאר דזשאסיף אז פון דא אין ווייטער וועט ער אליין ארבעטן אויף זיינע אייגענע הענט ער ברויכט נישט קיין הילף פון קיינעם! ער האט אנגעהויבן גלייכן די מצב ער האט זייער ליב זאכן ווערן קאמפליצירט און זאכן הייבן אן ווייניגער און ווייניגער צו שטומען ער האט ליב מיסטעריעס עפעס א געפיל האט אים געשטופט אז ער זאל זיך מער אריין לייגן אין די פראיעקט ווייל דא קומט זאכן וואס ער גלייכט.

פאר דזשאסיף האט בכלל נישט געשמעקט אז מייקל וויל אים ארויסלאזן פון די גאנצע געשעפט, דער עיקר וואס ער האט מורא געהאט איז געווען דאס אז מייקל איז אים חושד פארן מיטארבעטן מיט די פיינט, דאס איז געווען עפעס פון וואס דזשאסיף האט זייער מורא געהאט, ווייל ער האט גוט געקענט מייקל ווען ער באשליסט עפעס וועט ער נישט צופיל אריין טראכטן אויב עס מאכט צופיל סענס ער וועט טוהן דאס וואס ער האט באשלאסן איז די ריכטיגע אויף יענע מינוט.

דזשאסיף האט טאקע נאר געציטערט אז מייקל טראכט אזוי אויף אים אבער ער האט זיך געטרייט צו טרייסטן, אבער דער אמת איז געווען אז מייקל האט נישט נאר געטראכט אז דזשאסיף האט א חלק דעראין ער האט נאר געהאלטן אזוי מיטן גאנצן שטארקייט, ער איז געווען איבערצייגט אז סמוז זיין אז עפעס איז געגאנגען ראונג און די איינציגסטע זאך וואס האט אים געלייגט אויפן שכל איז געווען אז דזשאסיף האט זיי אויסגעזאגט.
מייקל האט זיך גלייך גענומען צו די ארבעט, ער האט געהאט אינטערגעשטעלט אין דזשאסיף'ס פאון אינערהער אפאראטן, ער האט עס נישט געטוהן יעצט ער האט עס שוין געטוהן א שיינע וויילע פארדעם, מייקל האט געהאט א נאטור אז ער האט געדארפט זיין אויף שפיץ פון אלעם ווי מהאט האר עפעס געטוהן וועלכע אקציע מוז נאר געגאנגען האט ער זיכער געמאכט אז ער שטייט אין שפיץ, נאטורלעך אז ווען דזשאסיף איז איינגעגאנגען צו ארויס גיין צוזאמען מיט מייקל אויף די מיסיע האט אים מייקל נישט פארשוינט מיט זיין פירערשאפט, ער האט איינגעפלאנצט אינטערהער אפאראטן אין דזשאסיף'ס אלע כלים טאקע מיטן ציל אז אויב וועט עפעס אויספעלן וועט ער האבן די אויבערהאנט איבערן צווייטן.

דזשאסיף האט פון גארנישט געוויסט ער האט ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין לעבן, ער איז צוריק געגאנגען צו זיינע אלטע חברים ווי ער האט זיי פארציילט אלעס וואס ער האט זיך אפגעשפילט אין די צייט וואס ער איז געווען צוזאמען מיט מייקל אויף די מיסיע.

עפעס האבן זיינע חברים אים דערציילט אז איינער איז געווען בשעת ער איז נישט אנוועזענט יענער האט געוואלט רעדן אדער מיט מייקל אדער מיט דזשאסיף, יענער האט נישט געוואלט זאגן ווער ער איז און פארוואס ער איז דא געווען, סאיז אונז געווען א שטארקע מיסטעריע ווער עס האט געוויסט אונזער באהאלטענע בונקער, און וויזאוי האט יענער געוויסט אז עטס צוויי זענטס א חלק פון אונזער גרופע.

דזשאסיף איז פארוואנדערט געווארן הערענדיג אז איינער האט זיי געזיכט, ער האט אנגעהויבן טראכטן אז אפשר זענען די פיינט דא געווען אין געוואלט זען צו זיי האלטן זיך מיט זייער גרופע און אזוי זיי געוואלט כאפן, אבער דאס האט ער גלייך אוועקגעמאכט ווען ער האט זיך געכאפט אז זיי פינקטלעך געוויסט ווי זיי האלטן זיך אויף זיי האבן נישט געדארפט צו קומען צו זייער גרופע צו געוואר ווערן ווי זיי זענען.

ער האט געקומען צום מסקנה אז ער האט נישט קיין צווייטע ברירה ער וועט יענעם אויפזיכן און זיך אפשמועסן צו טרעפן, ער איז געווען נאך צו צעקלאפט ביי זיך פון די דורכפאל וואס זיי האבן געהאט און נאכדערצו ווען מייקל האט אים פארשיקט ער האט עס נישט נישט געקענט שלינגען, ער האט געטראכט ביי זיך אז אויב יענער וועט אים פירן צום פארלוירענע טשארלי איז ער דאך זיכער א געווינער אבער אויב וועט ער אים פירן צו זיין ארעסט האט ער געטוהן וואס ער האט געדארפט, און שוין ער וועט אזוי ענדיגן זיין לעבן.

ער האט געפרעגט זיינע חברים אויב דער יעניגער האט איבערגעלאזט עפעס שפירן פון זיך אויף וואס ער קען נאכגיין, ער איז געווען פריילעך צו הערן אז יא.

גענומען האט נישט ווען ער האט געוואר געווארן ווער עס איז טאקע.

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פארכאפט! איז דא א וועג צוריק? - ***בלויז פארזעצונג***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קאפיטל י"ד

דזשאסיף האט נישט געדארפט צו לאנג זיכן ווער יענער וואס האט אים געזיכט איז געווען , זינט יענער האט געוואלט זיך טרעפן מיט זיי, ער האט זיכער געמאכט צו זיך דרייען אין די געגענט ווי די באנדע האט זיך געדרייט אזוי ארום ארויס צו באקומען אינפארמאציע ווי דזשאסיף און מייקל זענען.

דזשאסיף איז געווען גאנץ אנגעצויגען זיך צו טרעפן מיט אים וויסענדיג אז ער איז אויף אסאך שווארצע ליסטעס, אבער ער איז געווען אזוי צוקלאפט פון זיין דורכפאל נאכדערצו ווען מייקל האט אים אזוי צוגעפיקסט אז ער האט באשלאסן אז ער גייט זיך טרעפן מיט יענעם.

מהאט אפגעשמועסט א צייט ווען מגייט זיך טרעפן, די פלאן איז געווען אז אויף מארגן זיבן אזייגער פארנאכטס וועט דזשאסיף קומען צו א אפגעשמועסטע פלאץ ווי יענער וועט אים אפווארטן מיט זיין קאר פון ווי ער וועט אים נעמען צו א אפגעהיטענע שטח, דער יעניגער האט מסביר געווען פאר דזשאסיף אז ער טוט עס פאר זיין זיכערקייט נאכדעם וואס ער וויל נישט אז יעדער זאל מיט האלטן ווי ער טרעפט זיך מיט אים.
דאס האט שטארק אויפגעברענגט אימזיכערקייט ביי דזשאסיף אויב ער זאל יא אדער נישט גיין, אויב יענער וועט עס מאכן באהאלטן ווער זאגט וואס זיין פלאן איז? פארוואס קען ער מיר נישט טרעפן ווי א נארמאלע מענטש? פארוואס וויל ער אז איך זאל קומען צו אים און ער וועט מיר אויפפיקן, עפעס מאכט נישט קיין סענס, ס'שמעקט ווייט פון גוט! א נארמאלע מענטש אין נארמאלע אימשטענדען וואלט פאר קיין געלט נישט געגאנגען אויף אזא פלאץ, זיכער נישט א מאפיע וואס איז צו צעפייט מיט א אנדערע גרופע וואס זיכן אים מיט לעכט, אבער נישט דזשאסיף ער איז געווען אויסמענטש אלעס וואס ער האט געטוהן אין די טעג האט זיך נישט געלייגט אויפן שכל.

א טאג שפעטער.

דזשאסיף וואקט מיט שנעלע טריט אינעם ריכטונג פינעם קליין הייזקע ביים עק פון שטאט ווי ער דארף ווארטן אז די קאר זאל אים קומען אפנעמען ער וואקט האלב שיף איינער וואס וואלט אים באמערקט וואקן וואלט געטראכט אז מרעדט דא פון א אנגע'שיכור'טע אינג, ער האט אבער נישט געמאכט צופיל חשבונות אויף וואס איינער וואס קוקט אים יעצט נאך וועט זאגן ער האט יעצט געהאט איין ציל אין דאס איז געווען זיך טרעפן מיט די וואס וויל זיך טרעפן מיט אים.

איין מינוט גייט דורך דאן צוויי אבער ער זעט נישט קיין קאר פאר די אויגן, ער האט שוין אנגעהויבן טראכטן אפשר איז ער נישט אויפן גוטן פלאץ, אבער ער האט באשלאסן אז ער וועט נאך ווארטן אפאר מינוט אויב קומט נישט יענער אן וועט ער מיזן גיין צוריק זיין וועג, ער קען נישט בלייבן דא צו לאנג ביים עק פון שטאט.

פופצן מינוט נאך זיבן ווען דזשאסף איז שוין געווען מיט א האלבע פיס אויפן וועג דערזעט ער אינפארענט פון אים א קאר וואס שטעלט זיך, יענער ווינק אז ער זאל זיך אריינזעצן אינעם קאר, ער קוקט אהער מיט אהין ער מאכט זיכער אז קיינער מיט שלעכטע מחשבות זעט ווי ער גייט אריין אינעם קאר, ווי נאר ער זעצט זיך אריין אינעם קאר, ווען ער האט נאך געהאלטן אינמיטן פארמאכן דעם טיהר איז שוין דער קאר געפארן ווייטער, דער דרייווער ביים רעדל רעדט נישט קיין ווארט ניטאמאל קוקט ער אין זיין ריכטונג פארזינקן אין זיינע געדאנקן דרייט זיך דעם קאר איין אין א זייטיגע געסל ווי עס קומט צו האסטיגע אפשטעל.

ווייניג האט דזשאסיף געוויסט ווער עס האט אים געזען אריינגיין אינעם קאר.

***

דער מצב האט זיך אביסל פארבעסערט ביי ברוך'ס מאמע זי איז אביסל געקומען צו זיך, אויף אזוי וויט אז מהאט איר אהיים געלאזט פון שפיטאל, די מצב איז געווען ווייט פון גוט אבער דאך בעסער.

ווען זי איז אנגעקומען אהיים האט זיך געזען אז איר שמואליק איז נישטא!

נאכן מאכן אימגעהוירע קולות אז איר שמואליק איז נישטא, האט מען איר צוביסלעך בארואיגט מיטן תירץ אז ער האט נישט געקענט אויסהאלטן וואס עס קומט פאר אין שטוב און די מצב פון זיין מאמע, האט מען אים געשיקט לערענען אין א ישיבה ווי ער וועט ווייטער שטייגן אין תורה און ווען ער וועט פילן אז ער קען שוין צוריק קומען וועט ער זיך אי"ה צוריק פאראייניגען מיט די משפחה.

די מעשה איז געווען ארויסגעזויגן פון פינגער אבער מען האט דאך נישט געוואלט מצער זיין א מאמע וואס איז יעצט אהיים געקומען פון שפיטאל נאכדעם וואס איר עלטסטע זוהן איז ליידער אראפ פונעם אידישן וועג.

וואס יא מהאט געוויסט אז דאס וועט נאר ארבעטן פאר אביסל ווייל איינמאל וועט זי אנהייבן פארלאנגען אז זי וויל רעדן צו אים און פארוואס ער קאלט נישט אהיים פון ישיבה, אבער קיין צווייטע ברירה האט מען סייוויי נישט געהאט האט מען געהאפט אויפן בעסטן.

די לעבן איז מער ווייניגער צוריק צום נארמאל מיט די צייט איז זי געווארן בעסער און בעסער אבער סאיז נאך געווען שטארקע ריזיקע אז עס קומען צוריק אויפלאמען יעדע מינוט וואס קען איר אוועקלייגן אויף אייביג ה"י.

***

מיט א ברייטן שמייכל שפאצירט אריין מייק אין אפיס האר צו זיין אז דזשאו האט דאס זעלבע שמייכל פון אים.

קוקט אויס אז די האסט שוין געהערט זאגט מייק מיט א שמייכל

אוודאי האב איך געהערט לעב איך דען אויף אן אנדערע פלאנעט אונז האב מיר אזוי שווער געארבעט אויף דעם און יעמט זיי מיר אונז די רעזאלטאטן ענטפערט דזשאן מיט א גרעסערן שמייכל.

יא יא איך האף נאר אז די שווערע ארבעט איז אריבער, עפעס א געפיל זאגט מיר אז עס קומט נאך א שיינע פאר וואכן מיט שווערע שווערע ארבעט האט מייק ארינטער געקרעכצט

נעע האסט דיר נישט וואס צו זארגן..

צוויי וואכן שפעטער.

א וויכטיגע זיצונג איז פארריפן געווארן דורך ראן ווי ער האט צוזאמגעריפן די גאנצע שטאב וואס ארבעטן אויף דעם קעיס, ווי ער האט איבערגעגעבן איז עס גאר א וויכטיגע מיטינג מיט פרישע אינפארמאציע וואס מאיז געוואר געווארן עפעס וואס מקען נישט אפלייגן אויף שפעטער נאר מען מוז זיך נעמען דערצו יעצט!

ראן עפענט די זיצונג מיט א אנגעצויגענע שטימע מזעט אויף אים אז זאכן זענען נישט גלאטיג, אבער מהאט נישט געקענט אפלערענען פוטן זיין געזיכט וואס עס קומט פאר.

ווי ענק אלע ווייסן האב מיר אונז אויסגעפירט א מעכטיגע ארבעט אין די פארגאנגענע וואכן ווי מהאט אראפ געברענגט דעם גאווערנער פונעם בענקל, עס איז ניטש געווען קיין לייכטע ארבעט אבער אונז האב מיר עס באוויזן, אונז האב מיר געדארפט ווארטן אפאר וואכן צו זען וואס די פלענער זענען אויף ווייטער אזוי האב מיר אונז טאקע געטוהן, אבער וואס אונז זעמיר געוואר געווארן איז שרעקליך!

ראן נעמט א שלינג

ווי אונז הער מיר איז דער לוטענענט גאווערנער שטארק פארמישט אינעם גרופע וואס ווילן זיך אפטיילן אזוי אויך די אלע פראנט ראנערס אינעם פארמעסט פארן אמט זענען א חלק פון זייער פלאן! נישט נאר דאס נאר זיי האבן זיך אזוי געפרייד אז אונז האב מיר געטוהן די ארבעט פאר זיי! ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די גאווערנער בכלל נישט געווען אזוי אנטציקט פון זייער פלאן און האט בכלל נישט געפלאנט צו מיט ארבעטן מיט זיי נאר אזוי ווי זיי האבן אים געסטראשעט מיט געפערליכע טעראר האט ער בלית ברירה מסכים געווען, אבער ווען ער ווייסט ווען אז די אמעריקנע גאווערמינט וואלט אים געהאלפן טאמער ווערט ער געשעדיגט וואלט ער קיינמאל נישט מיט געארבעט מיט זיי!

ער בלייבט שטיל א מינוט, די פארזעמעלטע זענען שוין געווען זיכער אז דאס איז די נייעס וואס ער האט געוואלט איבערגעבן, זייערע מוחות האבן שוין פיבערהאפטיג געארבעט אויפצוקומען מיט א אקציע צו צושטערן די פלאן פון פריש.

אבער דאן האט ער זיי איבער געהאקט.

אויב האט עטס געמיינט אז דאס איז אלעס וואס איך האב ענק געהאט צו זאגן, האט עטס געהאט גוטע חלומות אבער די מצב איז ווייט פון דעם.

מיט א אנגעצויגענע געזיכט קוקט ער זיך ארום אינעם צימער אויף אלע באטייליגטע, און נאר נאכדעם וואס ער האט אויף יעדעם קוקט מיט א שטרענג בליק האט ער פארגעזעצט.

זיי האבן אונז פארנארט אז אונז זאל מיר ארויסזען דעם גאווערנער אזוי זאלן זיי קענען אריין שטעלן זייערעס א מענטש אימגעשטערט! און איינער דא האט זיי געהאלפן!

א טויט שטילקייט האט זיך אראפ געלאזט אינעם צימער.

פארזעצונג אי"ה

פאר קאמענטארן דריקט דא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”