אידישע אינטערטעימענ״ט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע: א סוד!

אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

בס״ד

אונז לעבן אין א וועלט וואס ס׳איז גאנץ שווער צו האלטן די קאפ גראד!

לעניינו, מען זעהט קלאר ווי די אידישע אינטערטעימענ״ט ווערט מער און מער פארגעשריטען און פערפעשענעל, און עס איז דא צוויי צדדים.

א.
ס׳איז א מורא׳דיגע זאך, עס מאכט מענטשן זעהן און מיטהאלטן כשר׳ע זאכן, און נישט חלילה זאכן וואס זענען נישט אויס געהאלטן, (ס׳דא וואס זאגן, מען וואלט סייווי געוואטש״ט זאל עס כאטשיג זיין כשר).

ב.
מען טאר זיך נישט רירן פון די אמאל, נישט קיין חילוק אויב ס׳טוט אויף אדער נישט, אדער גאר זענען דא וואס זאגן עס ברענגט נענטער צו די גוי וכדומה.

וואס טוט מען דא? די חילוקי דיעות זענען און פאקטן? אדער און עפעס אנדערש?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

האסט ליב א טעלער זופ?

ווענט זיך וועלכע, און ווענט זיך ווען.
א הייסע קרעפטיגע טשיקען זופ:
ווינטער, יא.
זימער נאך א לאנגע שפאציר, נישט.

אן אייז קאלטע פרוכט זופ:
ווינטער, ניין.
זימער נאך א לאנגע שפאציר, יא.

די זעלבע איז דעם נידן דא. עס איז גאר שווער צו קענען זאגן א כלל דערויף.
א בחור אין ישיבה זאל וועלן מיטהאלטן אינטערטענמענט? איז איין שמועס.
א מיידל בין הזמנים זאל וועלן מיטהאלטן אינטערטענמענט? איז שוין גאר אן אנדערע שמועס.

עס איז ממש לגופו של אינטערטעינמענט ולגופו של שואל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

ס’פעלט אויס אלע ביידע!

ס’מיז זיין צוגעשטעלט ענטערטעינמענט פארן ציבור אויף א כשרע פארנעם און ס’מוז אויך זיין די וואס זענען מוחה אויף דעם און אזוי קומט ארויס א דבר השלום.

אני כשלעצמי בינעך איין טאג פון די וואס ניצן די ענטערטעינמענט און ס’קען זיין די נעקסע טאג שטיי איך מיט די לוחמים..

כזעה בכלל נישט קיין סתירה!

ודו”ק כי קצרתי
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
שחיטה
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:44 am
ס’פעלט אויס אלע ביידע!

ס’מיז זיין צוגעשטעלט ענטערטעינמענט פארן ציבור אויף א כשרע פארנעם און ס’מוז אויך זיין די וואס זענען מוחה אויף דעם און אזוי קומט ארויס א דבר השלום.

אני כשלעצמי בינעך איין טאג פון די וואס ניצן די ענטערטעינמענט און ס’קען זיין די נעקסע טאג שטיי איך מיט די לוחמים..

כזעה בכלל נישט קיין סתירה!

ודו”ק כי קצרתי
ביסטו דאך טאקע אנגעשאשקעט.......
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

שחיטה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:52 am
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:44 am
ס’פעלט אויס אלע ביידע!

ס’מיז זיין צוגעשטעלט ענטערטעינמענט פארן ציבור אויף א כשרע פארנעם און ס’מוז אויך זיין די וואס זענען מוחה אויף דעם און אזוי קומט ארויס א דבר השלום.

אני כשלעצמי בינעך איין טאג פון די וואס ניצן די ענטערטעינמענט און ס’קען זיין די נעקסע טאג שטיי איך מיט די לוחמים..

כזעה בכלל נישט קיין סתירה!

ודו”ק כי קצרתי
ביסטו דאך טאקע אנגעשאשקעט.......
כ’ווייס פאר א פאקט (כ’וויל נישט זאגן קיין נעמען...) פון גרויסע מחנכים וואס קענען האקן אויף א געוויסע זאך ברבים אבער שטילערהייט שטיצן זיי די זעלבע זאך והדברים ידועים...
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ווען מ'האט א רב וואס פסקנט אידישקייט שאלות, איז נישט דא קיין ספק אדער זייטן.

סאונט אלד סקאול, אבער ס'איז אמת.
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:44 am
ס’פעלט אויס אלע ביידע!

ס’מיז זיין צוגעשטעלט ענטערטעינמענט פארן ציבור אויף א כשרע פארנעם און ס’מוז אויך זיין די וואס זענען מוחה אויף דעם און אזוי קומט ארויס א דבר השלום.

אני כשלעצמי בינעך איין טאג פון די וואס ניצן די ענטערטעינמענט און ס’קען זיין די נעקסע טאג שטיי איך מיט די לוחמים..

כזעה בכלל נישט קיין סתירה!

ודו”ק כי קצרתי
נוצן די אינטערטעינמענט און זיין פון די לוחמים איז היפאקריטיש.
מאכן די אינטערטעינמענט און דערנאך זיין פון די לוחמים דאס קען שוין יא גיין צוזאמען
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

אויב ווילט איר צוריקגיין צי די אמאל, דאן ברויכט איר אראפגיין פון אייוועלט.....
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

בר דעת האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 1:07 am
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:44 am
ס’פעלט אויס אלע ביידע!

ס’מיז זיין צוגעשטעלט ענטערטעינמענט פארן ציבור אויף א כשרע פארנעם און ס’מוז אויך זיין די וואס זענען מוחה אויף דעם און אזוי קומט ארויס א דבר השלום.

אני כשלעצמי בינעך איין טאג פון די וואס ניצן די ענטערטעינמענט און ס’קען זיין די נעקסע טאג שטיי איך מיט די לוחמים..

כזעה בכלל נישט קיין סתירה!

ודו”ק כי קצרתי
נוצן די אינטערטעינמענט און זיין פון די לוחמים איז היפאקריטיש.
מאכן די אינטערטעינמענט און דערנאך זיין פון די לוחמים דאס קען שוין יא גיין צוזאמען
פארוואבס היפאקריטיש? אנדערש ווי א מלאך וואס איז אן ’עומד’ ווערט א מענטש אנגערופן א ’הולך’ איין טאג איז ער אויף א הויעכע מדריכה און די נעקסטע טאג אויף נאך א העכערע...
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
Lyrics
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:05 am

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Lyrics »

אודאי ברענגט עס נענטער צום רע, פרעגט נאר יעדע בחור'ל וואס איז נעבעך אריינגעפאלן צו קוקן שלעכטע זאכן, און פרעג אים ווי ער האט אנגעהויבן?.
און ווער זאגט בכלל אז די ווארט אינטערטעימענט שטימט בכלל פאר א איד?
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע: א סוד!

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:44 am
ס’פעלט אויס אלע ביידע!

ס’מיז זיין צוגעשטעלט ענטערטעינמענט פארן ציבור אויף א כשרע פארנעם און ס’מוז אויך זיין די וואס זענען מוחה אויף דעם און אזוי קומט ארויס א דבר השלום.

אני כשלעצמי בינעך איין טאג פון די וואס ניצן די ענטערטעינמענט און ס’קען זיין די נעקסע טאג שטיי איך מיט די לוחמים..

כזעה בכלל נישט קיין סתירה!

ודו”ק כי קצרתי
אינטרעסאנטע מהלך! אבער ווער איז באמת גערעכט?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובה דורך געדענקסט נאך »

עס זיכער אז די מושג קומט פונעם גוי, מען מאכט היינט נאך די גואישע גאס אינגאנצען, און דעריבער קיין מעלה און קיין גוטע זאך איז עס זיכער נישט. עס זיכער א חלק פון ירידות הדורות.

צו עס האלט אפ מענטשן פון ערגערס, מסתמא. אבער דאס איז א גרויסע ליידער און ברענגט נאר ארויס די ירידות הדורות שטערקער.

געדענקסט נאך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:45 am

אבער למעשה דאס אז די דור איז שוואכער ווי אמאל איז לאמיר זאגן א פאקט, דעמאלטס איז די אידישע אינטערטעימענט ממש א נעסעסערי, אפשר?

אינקוויזיציע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:08 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינקוויזיציע »

Lyrics האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 1:14 am
אודאי ברענגט עס נענטער צום רע, פרעגט נאר יעדע בחור'ל וואס איז נעבעך אריינגעפאלן צו קוקן שלעכטע זאכן, און פרעג אים ווי ער האט אנגעהויבן?.
און ווער זאגט בכלל אז די ווארט אינטערטעימענט שטימט בכלל פאר א איד?
ווער זאגט אז די ווארט/פלאץ 'אייוועלט' שטימט בכלל פאר א איד?
גלייב נישט אלעס וואס די טראכסט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6546
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

Lyrics האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 1:14 am
אודאי ברענגט עס נענטער צום רע, פרעגט נאר יעדע בחור'ל וואס איז נעבעך אריינגעפאלן צו קוקן שלעכטע זאכן, און פרעג אים ווי ער האט אנגעהויבן?.
זעהט אויס אז מיט א אפגעמאכטע פאקט קען מען זיך נישט קריגן...
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2353
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

פאר מיר איז עס זייער אומבא’טעמט צו זעהן וויפיל היימישע זאכן סאיז דא אויפן מארקעט,
נישט ווייל דאס איז די שורש פון א פראבלעם, נאר עס צייגט אויף א קאסטומער באזע וואס לעכצט נאך דעם, די שורש און די סעלושן איז אין ביהמ”ד נישט אין אופקלערונגס מאגעזינען און אייוועלט.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע: א סוד!

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:00 am

וואס מיינט איר צו זאגן אין ביהמ״ד?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

אויב ס'איז באמת אויסגעהאלטן ? אודאי נישט.

שבת קמ''ט. ודיוקנא עצמה אף בחול אסור להסתכל בה משום שנאמר אל תפנו אל האלילים, מאי תלמודא ? אמר רבי חנין אל תפנו אל מדעתכם. ונפסק באו''ח ס' ש''ז.

אויב היינט איז אנדערש ? קען זיין, ליידער

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:50 am
געדענקסט נאך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:45 am
עס זיכער אז די מושג קומט פונעם גוי, מען מאכט היינט נאך די גואישע גאס אינגאנצען, און דעריבער קיין מעלה און קיין גוטע זאך איז עס זיכער נישט. עס זיכער א חלק פון ירידות הדורות.

צו עס האלט אפ מענטשן פון ערגערס, מסתמא. אבער דאס איז א גרויסע ליידער און ברענגט נאר ארויס די ירידות הדורות שטערקער.
אבער למעשה דאס אז די דור איז שוואכער ווי אמאל איז לאמיר זאגן א פאקט, דעמאלטס איז די אידישע אינטערטעימענט ממש א נעסעסערי, אפשר?
קען זיין אז עס איז ״ליידער״ א נעסעסעטי, אבער דיינע צוויי צדדים און די שאלה, צו עס איז מוראדיגע זאך אדער מען טאר בשום אופן נישט, איז עס קיין איינס נישט.

עס איז נישט קיין מוראדיגע זאך, ווייל אפי׳ עס איז וויכטיג איז עס א צייכן אויף ווי אונז האלט מיר. און זיכער איז עס נישט קיין לכתחילה. עס איז אויך נישט קיין זאך וועלכע מען קען זאגן אז מען רירט זיך נישט אוועק ווייל עס קען ליידער זיין אז עס איז א נעסעסעטי.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2353
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:03 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:00 am
פאר מיר איז עס זייער אומבא’טעמט צו זעהן וויפיל היימישע זאכן סאיז דא אויפן מארקעט,
נישט ווייל דאס איז די שורש פון א פראבלעם, נאר עס צייגט אויף א קאסטומער באזע וואס לעכצט נאך דעם, די שורש און די סעלושן איז אין ביהמ”ד נישט אין אופקלערונגס מאגעזינען און אייוועלט.
וואס מיינט איר צו זאגן אין ביהמ״ד?
אין די ספרים שאנק און אין די אידן וואס לערנען עס,
עס פעלט א חיות אין אידישקייט, און ווער עס וויל זיך קריגן מיט כשר פארעווע תאוות (קליפת נוגה...) זאל פאקוסן אנצופילן די הונגעריגע נשמות.
ס'איז זעכער פארהאן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 4:11 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'איז זעכער פארהאן »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:29 am
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:44 am
ס’פעלט אויס אלע ביידע!

ס’מיז זיין צוגעשטעלט ענטערטעינמענט פארן ציבור אויף א כשרע פארנעם און ס’מוז אויך זיין די וואס זענען מוחה אויף דעם און אזוי קומט ארויס א דבר השלום.

אני כשלעצמי בינעך איין טאג פון די וואס ניצן די ענטערטעינמענט און ס’קען זיין די נעקסע טאג שטיי איך מיט די לוחמים..

כזעה בכלל נישט קיין סתירה!

ודו”ק כי קצרתי
אינטרעסאנטע מהלך! אבער ווער איז באמת גערעכט?
מ'זעט א מציאות צ.ב.ש אין ארץ ישראל קומט מען ארויס מיט א איסור אז מען טאר נישוט גיין צו פלעיס וכדומה חול העומד ווייל חז"ל זאגן לא ניתנו מועדים נאר כדי לעסוק אין חוץ לארץ האט מען דאס קיינמאל נישט גע'אסר'ט זעט אויס אז בית דין אליינ'ס פארשטייט אז יש ויש
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

ס'איז אויכעט דא א דריטע אפציע, אז נישט נאר וואס ס'קען אפהאלטן פון ערגער'ס, קען עס אויכעט אויפלעבן די היימישע קולטור. ס'הייסט, ווען דו הערסט א היימישע ווערטעל, א היימישע ניגון, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין א היימישע לשון הרע, ברענגט עס פאר א מענטש א גוויסע געשמאקייט אין די עולם האידישקייט.

כ'האף מ'פארשטייט וואס כ'מיין
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע: א סוד!

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

געדענקסט נאך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:05 am
משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:50 am
געדענקסט נאך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:45 am
עס זיכער אז די מושג קומט פונעם גוי, מען מאכט היינט נאך די גואישע גאס אינגאנצען, און דעריבער קיין מעלה און קיין גוטע זאך איז עס זיכער נישט. עס זיכער א חלק פון ירידות הדורות.

צו עס האלט אפ מענטשן פון ערגערס, מסתמא. אבער דאס איז א גרויסע ליידער און ברענגט נאר ארויס די ירידות הדורות שטערקער.
אבער למעשה דאס אז די דור איז שוואכער ווי אמאל איז לאמיר זאגן א פאקט, דעמאלטס איז די אידישע אינטערטעימענט ממש א נעסעסערי, אפשר?
קען זיין אז עס איז ״ליידער״ א נעסעסעטי, אבער דיינע צוויי צדדים און די שאלה, צו עס איז מוראדיגע זאך אדער מען טאר בשום אופן נישט, איז עס קיין איינס נישט.

עס איז נישט קיין מוראדיגע זאך, ווייל אפי׳ עס איז וויכטיג איז עס א צייכן אויף ווי אונז האלט מיר. און זיכער איז עס נישט קיין לכתחילה. עס איז אויך נישט קיין זאך וועלכע מען קען זאגן אז מען רירט זיך נישט אוועק ווייל עס קען ליידער זיין אז עס איז א נעסעסעטי.
איך האלט אז אויב איז די מציאות אז ס׳האלט צוריק מענטשן פון זאכן וואס זענען אסור, איז עס א שטארקע זאך!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע: א סוד!

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

כתר מלוכה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:49 am
ס'איז אויכעט דא א דריטע אפציע, אז נישט נאר וואס ס'קען אפהאלטן פון ערגער'ס, קען עס אויכעט אויפלעבן די היימישע קולטור. ס'הייסט, ווען דו הערסט א היימישע ווערטעל, א היימישע ניגון, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין א היימישע לשון הרע, ברענגט עס פאר א מענטש א גוויסע געשמאקייט אין די עולם האידישקייט.

כ'האף מ'פארשטייט וואס כ'מיין
זאגסט א פוינט, אבער די האלסט אז פאר דעם אליינס איז עס כדי?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: אידישע אינטערטעימענ״ט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:13 pm
כתר מלוכה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:49 am
ס'איז אויכעט דא א דריטע אפציע, אז נישט נאר וואס ס'קען אפהאלטן פון ערגער'ס, קען עס אויכעט אויפלעבן די היימישע קולטור. ס'הייסט, ווען דו הערסט א היימישע ווערטעל, א היימישע ניגון, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין א היימישע לשון הרע, ברענגט עס פאר א מענטש א גוויסע געשמאקייט אין די עולם האידישקייט.

כ'האף מ'פארשטייט וואס כ'מיין
זאגסט א פוינט, אבער די האלסט אז פאר דעם אליינס איז עס כדי?
ס'קען זיין.

דרך אגב איך האלט נישט גארנישט, כ'זאג בדרך אפשר.

שטעל דיך פאר א שבת טיש אן קיין נייע אידישע ניגונים, אן קיין נייע ווערטלעך, אא''וו.

אונז וואלטן אויסגעקוקט ווי די מאדערנע....

כדי א קאמיונעטי זאל האבן א קיום, דארף עס האבן א כאראקטער...נישט בלויז אדער תורה עבודה, אדער פוטין ביידן...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”